top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן תושבי בני ברק מיטגעהאלטן געהויבענער שבת מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א

  • Bechatzros admin
  • לפני 60 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

מאסן תושבי בני ברק חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן האבן דעם שבת מיטגעהאלטן די דערהויבענע תפילות און שולחנות הטהורים בצל הקודש פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א וואס האט געפראוועט דעם פארלאפענעם שבת פרשת וארא, אויף אן ערשטמאליגן פארנעם אין עיר התורה והחסידות בני ברק.


כמדי שנה בשנה אין די שובבים וואכן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א קורצן באזוך אין ארה"ק, זייענדיג א געלעגענהייט פאר אידן מבקשי השם, מיטצוהאלטן די געהויבענע דרשות און שיחות קודש וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען. אנדערש ווי די פריערדיגע יארן, האט דער רבי שליט"א שליט"א געפראוועט דעם שבת אין בני ברק, אויף וואס די חסידים ותלמידים האבן שוין ארויסגעקוקט אזא לאנגע צייט. 


אויף שבת איז ארויסגעדינגען געווארן דעם ביהמ"ד הגדול מודזיץ, וועלכע איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס, צו קענען ארייננעמען דעם ציבור עצום וואס האט מיטגעהאלטן דעם סידורו של שבת.


פרייטאג צופרי איז דער רבי אנגעקומען קיין בני ברק און האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד דחסידי תולדות יהודה, וועלכע איז לעצטענס אריבער א נייעם גרעסערן לאקאל אויף רחוב אבא לרחבת הציבור. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים אינאיינעם מיט א מסיבת לחיים לרגל די באנייאונג פון די נייע ארון קודש און די נייע אוצר הספרים אין ביהמ"ד.


אויף שבת האט דער רבי געהאט די אכסניא אין שטוב פון מקורבו הרה"ג ר' יעקב יהושע ענגלענדער שליט"א ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא, וואס זיין שטוב איז א בית וועד לחכמים וואס דינט כסדר אלס אכסניא של תורה פון פילצאליגע אדמור"ים און גדולי ישראל ביי זייערע באזוכן אין בני ברק.


פרייטאג צונאכטס ביים דאווענען איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צו מנחה און קבלת שבת, און איז געטאנצן 'בואי בשלום' כמנהגו מיט אן התלהבות עצומה וואס האט יעדן מרגש געווען. נאכן דאווענען האבן זיך הונדערטער אידן געשלעגנלט צו וואונטשן גוט שבת פאר'ן רבי'ן וועלכע האט יעדן צוריק געענפערט במאור פניו.


די סעודת שבת פאר די געסט איז געווען צוגעשטעלט ביד רחבה, בשעתן סעודה איז דער רבי אריינגעקומען און קידוש געמאכט בקול חוצב, און דערנאך אפגעראכטן די המשך הסעודה דחקל תפוחין אינאיינעם מיטן עולם.


צו די באשטימטע צייט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום טיש, וועלכע איז געווען מלא וגדוש מיט הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה וועלכע האבן נישט געוואלט פארפאסן די געהויבענע מאמענטן בצל קודש. דער טיש האט זיך פארצויגן לענגערע שעות נאכאנאנד בזמירות שירות ותשבחות לקל חי און צום סוף איז דער רבי געטאנצן א ריקוד מיוחד מיט די ילדי חמד כנהוג.


שבת צופרי האט דער רבי געדאווענט שחרית און מוסף פאר'ן עמוד און נאכן דאווענען אפגעראכטן א קידוש און אויפגעטרעטן מיט דברות קודש בתורת הנסתר. די סעודה בצפרא דשבתא האט דער רבי אפגעראכטן אויף א פריוואטע פארנעם אין די אכסניא אין שטוב פון הרה"ג רבי יעקב יהושע ענגלענדער שליט"א ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא, וועלכע האט בנדיבות ליבו אויסגעצאלט די הוצאות השבת.


ביי רעוא דרעוין האט זיך ווידער צוזאמגענומען א גרויסן עולם, ווען א לענגערע צייט האט מען געזינגען די זמירות און ניגוני קודש לבית ראפשיץ און ראזוואדוב, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען טיפזיניגע דברי תורה בתורת החסידות קרוב צו א שעה אהאלב.


מוצאי שבת נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען, צווישן אנדערע האט דער רבי באדאנקט דער מעיאר פון שטאט הרב חנוך זייברט שיחי' און זיין געהילף העסקן ר' יהושע מאנדל שיחי', וועלכע האבן שטארק ארויסגעהאלפן למען הצלחת השבת.



תגובות


bottom of page