הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א פראוועט שב"ק פ' וארא אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר אין קרית יואל
- Bechatzros admin
- לפני 50 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש

מיט א רגש דקדושה האבן די אריבער טויזנט בחורי חמד תלמידי סניפי הישיבה גדולה ד'סאטמאר מיטגעהאלטן א געהויבענעם שבת במחיצתו פון כבוד הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר-וויליאמסבורג שליט"א, וואס האט געפראוועט דעם שבת פרשת וארא שבת מברכים חודש שבט בהיכל המתיבתא אין קרית יואל.
דער סאטמאר וויליאמסבורגער רב שליט"א איז ארויסקומען אויף שבת, כמדי שנה בשנה אין די וואכן פון שובבי"ם, בשליחות הקודש פון מר אביו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, צו פראווען איינס פון די שבתים וואס דער רבי שליט"א געפונט זיך אויף אפרוה, צוזאמען מיט די בחורי חמד, אזוי צו געבן די מעגליכקייט פאר די תלמידים ווייטער מיטצוהאלטן די שיינע שבתים אין קרית יואל, און צו פארבלייבן בין כותלי הישיבה ברציפות ובלי הפסק.
די גאנצע שבת מהחל ועד כלה איז געווען גאר געהויבן, אנגעהויבן ערש"ק ווען דער רב שליט"א האט אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים מתלמידי הישיבה, צו תפילת מנחה אינעם היכל הישיבה סניף דברי יואל האט דער רב שליט"א יורד געווען לפני התיבה און פארגעדאוונט מיט גרויס התלהבות, נאכ'ן דאווענען זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען פונעם רב שליט"א.
די סעודת ליל שבת קודש, וועלכע האט געדויערט פיר און א האלב שעה, איז געפראוועט געווארן אינעם היכל הביהמ"ד בבנין הישיבה סניף ויואל משה מיט די תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים, באגלייט מיט שירות ותשבחות לבית סיגוט-סאטמאר און דברי תורה מפי ממלל רברבן דער רב שליט"א, וואו די רב האט מרחיב געווען מיט דברי מוסר והתחזקות בעניני שמירת עיניים, ארויסברענגענדיג דעם חומר האיסור פון גיין צו שמחות וואו עס געפינען זיך אנשים ונשים, און מחזק געווען די תקנות הישיבה אז בחורים זאלן נישט אנטיילנעמען ביי תנאים'ס פון חברים, אפילו אויב דער חתן איז א גאר נאנטע חבר, צוליב די מכשולות וואס קענען ארויסקומען. אויך האט דער רב מעורר געווען איבער די מדה פון הכרת הטוב פאר עלטערן און דאס ארבעטן אויף גוטע מידות צווישן חברים, און מיט ווייטאג ארויסגעברענגט דער ענין אז א בחור מיט מער כשרון טאר נישט טשעפענען א צווייטן, דערמאנענדיג מעשיות פון אינגעלייט וואס ליידן נאך ביז היינט ווייל זיי האבן געטשעפעט חברים אין די יוגנט, דער רב האט אויך געזאגט תורה על דרך הפרד"ס בעניני אמונה ובטחון, בפרט ווען עס קומט צו שידוכים, און דערמאנט די יארצייטן פון די וואך.
בצפרא דשבתא איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם היכל הישיבה סניף דברי יואל, וואו דער רב האט פארגעדאווענט פאר'ן עמוד מיט התעוררות רב. ביים ליינען איז דער רב געשטאנען ביים באלעמער כנהוג און עולה געווען שישי, נאכן עולה זיין האט ער געמאכט א מי שברך פאר אלע אייניקלעך פון זקינו הרה"ק הברך משה זי"ע וואס לערנען אין ישיבה, און דערנאך געבענטשט ראש חודש מיט גרויס דביקות.
די התעוררות'דיגע סעודת רעוא דרעווין איז געפראוועט געווארן אינעם היכל הישיבה סניף ויואל משה, וואו הונדערטער תושבי העיר און חסידי סאטמאר האבן געשטראמט מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן, און דער היכל איז געווען פול מן הקצה אל הקצה, דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי כיבושין וואס האבן זיך געגאסן כמעיין המתגבר, און א לענגערע צייט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים בקול זעקה ובכיות עצומות, מעורר זיין די הערצער פון די הונדערטער באטייליגטע זיך צוריקצוקערן צום אויבערשטן, שובו בנים שובבים.
מוצאי שבת נאך מעריב און הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, וואו דער רב האט יעדעם צוריק געוואונטשן בצהלת פנים, און מען האט ארויסבאגלייט דעם רב בשירה וזמרה נאך אזא געהויבענעם שבת.






























