לבקר בהיכלו: האד' ממונקאטש באזוכט בהיכל ישיבתו יודעי בינה מונקאטש אין מאנסי
- 19 בינו׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 21 בינו׳
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש

פארגאנגענע וואך איז כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין די שטאט מאנסי, וואו די חשוב'ע תלמידים פון די מונקאטשער ישיבה אין שטאט האבן געהאט די זכי' לקבל פני קדשו און צו הערן די דברי חיזוק והדרכה וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען.
די מונקאטשער ישיבה "יודעי בינה" אין מאנסי שטייט אונטער די הדרכה פון הגה"צ רבי ירוחם פישל רבינאוויטש שליט"א, בנו יקירו פונעם מונקאטשער רבי'ן שליט"א, וועלכער באגלייט די ישיבה מיט א געוואלדיגן געטריישפט, זיכער צו מאכן דעם התעלות רוחני פון יעדן תלמיד באזונדער, אלעס אונטער די הדרכה און נשיאות הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א.
כמדי שנה בשנה איז דער מונקאטשער רבי שליט"א געקומען צו פארן אויף א באזוך אין די ישיבה ארום די טעג פון די הילולא פון זקינו הרה"ק בעל בני יששכר זי"ע, און האט דערביי מאציל געווען מהודו אויף די תלמידי הישיבה.
ביים אנקומען איז דער רבי שליט"א אפגעווארט געווארן דורך די רמ"י ומרביצי תורה שליט"א, און אין היכל הישיבה איז ער אנטפאנגען געווארן דורך די בחורי חמד בשירה ובזמרה.
דער רבי שליט"א איז ערשינען אויפ'ן אויבנאן, וואס איז געווען באשיינט דורך די מרביצי תורה שליט"א, אין שפיץ פון בנו הגה"צ רבי ירוחם פישל שליט"א ראש הישיבה. מען האט געהערט פאסיגע ווערטער פון הרה"ג רבי מאיר שלעזינגער שליט"א, מרביץ תורה אין די ישיבה, וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בדברים נחמדים.
דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, און א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי חיזוק והדרכה פאר די תלמידים, ווי אזוי אויסצונוצן די ימי הבחרות דאס צו קענען מיטנעמען אויפ'ן גאנצן לעבן, ובפרט איצטער אין די ימי השובבים, ווען מען דארף אויסנוצן די צייט אויף תשובה והתעלות רוחני. דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט ברכת קדשו פאר די תלמידים ומרביצי תורה שליט"א.
נאך די דברות קודש זענען די בחורים פארריבער מול פני הקודש, און דער רבי שליט"א האט פארטיילט א מתנה, דעם ספר הקודש "בני יששכר", פאר די תלמידים וואס האבן זיך מצטיין געווען מיטצוהאלטן דעם סדר השכמת הבוקר.
דאן האבן די תלמידים זוכה געווען מיטצודאווענען תפלת המנחה צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א, און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה ובזמרה.









תגובות