top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שישו ושמחו: חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד דחסידי צאנז אין שטאט לעיקוואד באשיינט דורך מנהיג העדה האד' מצאנז

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין

דעם זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען די חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום בימ"ד דחסידי צאנז אין לעיקוואד אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין אמעריקא ווי באריכטעט. זונטאג נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון אלמנת הרה"ח ר' משה רייך ע"ה וואו דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן לעילוי נשמתו. נאכן שרייבן די אותיות האט דער רבי מעריך געווען א שולחן לחיים און אנגעוואונטשן די קינדער און אייניקלעך למשפ' רייך. 


שפעטער בשעה 6:00 נאכמיטאג איז די ספר תורה ארויסגעפירט געווארן אונטער די הערליך באצירטע חופה, און אויפ'ן גאנצן וועג ביז צום ביהמ"ד, האט מען געטאנצן מיט א געוואלדיגן התלהבות לכבודה של תורה טראץ די שלאקס רעגן וואס האט זיך אראפגעלאזט אין לעיקוואד, ווען אויפ'ן גאנצן וועג זענען מכובד געווארן די רבנים הגאונים שליט"א און אנדערע פני וחשובי העדה צו טאנצן מיט די נייע ספר תורה.


א געוואלדיגן התרגשות האט ארומגענומען דעם ציבור בעת דער רבי שליט"א איז ערשינען אינעם שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן בשערי הביהמ"ד מיט די נייע ספר תורה אין די האנט, און מיט גרויס התרגשות געפראוועט די ריקודין מיט די נייע ספר תורה, אינאיינעם מיט די קינדער פון ר' משה רייך ז"ל, און מיטן דומ"ץ הביהמ"ד הרה"ג ר' שלמה ניימאן שליט"א.


שפעטער איז דער רבי אריין אינדרינען אין ביהמ"ד וואו מען איז ווייטער געטאנצן, נאך א לענגערע צייט פון די ריקודין האט דער רבי שליט"א אריינגעלעעגא דעם ספר תורה אין ארון הקודש, איז דער רבי שליט"א פארבליבן ביים אפענעם ארון הקודש, וואו ער האט פארגעזאגט לדוד מזמור.


נעכטן ראש חודש האט דער רבי שליט"א געדאוונט שחרית אין צאנזער ביהמ"ד אין לעיקוואד וואו עס האבן מיטגעדאוונט א גרויסן עולם, סיי די חסידים תושבי המקום און די חסידים וואס זענען געקומען צו פארן מחוץ לעיר. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל, און ביי קריאת התורה האט מען געליינט אין די נייע ספר תורה, וואו דער רבי האט עולה געווען און גומל געבענטשטש.


נאכן דאווענען האט דער רבי געדינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידיו פון לעיקוואד און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געווען דברות קודש.



תגובות


bottom of page