חסידי בעלזא מאנטריאל לעבן מיט ימי אורה ביים ביקור המרומם פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א
- Bechatzros admin
- לפני 5 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש

מיט אויסטערלישע התרוממות טוען חסידי בעלזא אין שטאט מאנטרעאל מיטלעבן די געהויבענע ימי אורה במחיצתו פונעם אורח הדגול הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א ביקור קודש בשליחות הקודש פון אביו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, מחזק צו זיין די הונדערטער חסידים תושבי העיר. צום באזוך האט זיך אויך מצרף געווען בנו הרה"ג ר' אלימלך נתן נטע שליט"א, וועלכער איז שטארק אריינגעטון מיט די פעולות חובקות להצלחת הקהלה והמוסדות אין מאנטרעאל.
די פליגער פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי האט געלאנדעט דינסטאג נאכמיטאג אין די לופטפעלד אין קאנאדא ווערנדיג ענטפאנגען בשירה וזמרה דורך הונדערטער חסידים, צווישן זיי אלע דיינים ופני העדה, און ראשי העסקנים. פון לופטפעלד איז ר' אהרן מרדכי תיכף צוגעפארן צום אכסניא בבית הנגיד ר' רפאל הערצאג הי"ו. נאך מנחה בבית האכסניא האט ר' אהרן מרדכי אפגעראכטן א לעקאך-און-ברוינפן מיט אלע דייני הקהלה, ובהשתתפות כ"ק אדמו"ר משאץ מאנטרעאל, און ס'איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער'ן הייליגן בעל התניא זי"ע לכבוד די הילולא.
ביינאכט איז רבי אהרן מרדכי אנגעקומען אויף מעריב אין ביהמ"ד המרכזי דחסידי בעלזא אין שטאט. אנקומענדיג ביים ביהמ"ד איז רבי אהרן מרדכי ענטפאנגען געווארן דורך די הונדערטער בחורים און תשב"ר בקול צהלה ורנה. נאך מעריב איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען, און באזונדער איז אריבערגעקומען הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא שלום נעמען און זיך באגריסן מיט'ן גרויסן גאסט.






















תגובות