top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אַהֲרֹן אֲשֶׁר בָּחַר בּוֹ: מעמד התמנות פון הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א בן האד' מסאטמאר אלס רב ואבד"ק קרית יטב לב

  • Bechatzros admin
  • 18 בינו׳
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שבת קודש פ' וארא • כ"ח טבת | בחצרות הקודש

בביתו נאווה קודש פון כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א אין וויליאמסבורג איז דעם דאנערשטאג פארגעקומען די מסיבת לחיים רבתי לרגל די התמנות פון בנו חביבו הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א וועם דער רבי האט אויפגענומען אלס רב ואבד"ק דקהילה קדושה קרית יטב לב, צו שטיין בראש פון די בליענדע קהילה און די מוסדות הקדושים אין שטאט. ביים מעמד זענען געווען אנוועזנד אלע דעם רבינס קינדער, די ראשי הקהילה והמוסדות, און די רבני ותושבי קרית יטב לב. 


דער מעמד איז געעפענט געווארן דורך דער דיין אין קרית יטב לב הרה"ג ר' יואל זוסמאן ראזנצווייג שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט בשבח פונעם שטעטל און בשבחו פונעם נייעם רב, דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה הגה"צ אבד"ק ניימארק שליט"א דער שווער פונעם נייעם רב הרה"צ רבי אהרן שליט"א. א שטארקער התרגשות האט דערנאך געהערשט ביים הערן די דרשה פונעם נייעם רב שליט"א, וועלכער האט בנועם שפתיו משמיע געווען הערליכע דברי תורה, און ארויסגעברענגט זיין האפענונג צו קענען זיין דער שליח עושה שליחותו פון זיין גרויסן טאטן דער רבי שליט"א, אויסצופירן רצון קדשו, און מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה אויף אזא שיינעם פארנעם.


צום לעצט האט מען געהערט די דברות קודש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער האט מאריך געווען בדברי תורה בפרשת השבוע און ארומגערעדט איבער די עבודה פון אהרן הכהן וואס מען זעהט אין די וואכעדיגע סדרה אוהב את הבריות ומקרבן לתורה, דערנאך איז דער רבי צוגעקומען צו רעדן בשבח העיר קרית יטב לב און דערנאך בשבחו פון זיין זון דער נייע רב שליט"א זאגנדיג אז ער כאטש ס'איז אים שווער ארויסצומופן און פאר מיר אליין איז נאך שווערער, האט ער אנגענומען דעם הייליגן תפקיד לעמוד לפני העדה לשרתם. דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע תושבי העיר און אלע משתתפים ביי די מעמד, און זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה לכבוד המאורע.



תגובות


bottom of page