top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענעם שבת געפראוועט אין שטאט קרית יואל דורך כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א

  • Bechatzros admin
  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש

גאר א געהויבענער שבת קודש איז פאראיבער בצל כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א וועלכער איז געקומען פראווען א שבת בתוככי עיר קרית יואל, וויילנדיג אין שטאט לטובת החזקת מוסדות וישיבת קראלי, און גלייכצייטיג געבן א געלעגנהייט פאר די תושבי העיר צו קענען מיטלעבן א שבת קודש אויף דעם קראלי-ספינקא שטייגער.


די אכסני' של תורה אום שבת איז געווען אין שטוב הנגיד החסיד ר' פנחס שפירא הי"ו. די תפילות ועריכת השולחנות איז פארגעקומען במשך דעם גאנצן שבת באולם קרן ויואל משה בהשתתפות א ציבור רב. דער רבי האט געדאוונט מנחה פארן עמוד און נאכן דאווענען זענען פילע תושבי העיר דורך דעם רבי'ן שלום נעמען און וואונטשן א גוט שבת.


ליל שבת קודש איז פארגעקומען דער עריכת שולחן הטהור במקהלות עם רב אויף א גאר געהויבענער פארנעם, זינגענדיג ניגוני שבת קודש, זמירות שירות ותשבחות למלך קל חי וקיים מיט גרויס ווארעמקייט, ווען אינצווישן איז דער רבי שליט"א משמיע דברות קודש, און דערנאך פארציילט בנועם לשונו סיפורי צדיקים כדרכו. נאכן בענטשן האט מען אויפגעגעבן די פירות וואו עס איז געווען א געלעגנהייט פארן גאנצן ציבור דורכצוגיין נעמען פירות פונעם רבי'ן. צווישן די רבני העיר וואס האבן מיטגעהאלטן דעם טיש איז געווען מחותנו האדמו"ר מטעמישוואר קרית יואל.


בצפרא דשבתא ביים ליינען האבן עולה געווען די נדבני השבת ותומכי המוסדות, צו מוסף האט דער רבי יורד געווען לפני התיבה. נאכן דאווענען אינעם זאל איז פארגעקומען די קידושא רבא רבתי לרגל א שמחה ביים רבי'ן אין הויף, בהולדת הנכדה אצל בנו

הרב ר' יעקב מנחם הורוויץ שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד באלטימאר שליט"א.


די סעורה ביום השבת איז פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד ר' משה וואלף אפענהיים הי"ו אינאיינעם מיט די פילצאליגע געסט, וואס איז געפראוועט געווארן מיט גרויס ווארעמקייט. במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל יאקאבאוויטש שליט"א ראש ישיבת קראלי מיט שיינע רעיונות בפרשת השבוע.


קוים וואס מען האט פארענדיגט די סעודה איז מען צוריק צום זאל וואו עס איז פארגעקומען די של"ס בעת רעווא דרעווין, מיט דער באטייליגונג פון א ציבור עצום וואס איז געקומען צו גיין פון אלע עקן שטאט זייענדיג א שבת וואס דער מרא דאתרא, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געפינט זיך נישט אין שטאט. דער קלימאקס איז געווען די פייערדיגע שובבים תורה וואס דער רבי האט משמיע געווען באגלייט מיט גרויס בכיות, וואו דער רבי האט מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ולתיקון המעשים. נאך מעריב איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוטע וואך, ואף הוא ענה כנגד המברכים בפנים צהלות.


שפעטער איז דער רבי שליט"א ארויף בבתי הנגידים וואס האבן ביישטייערט סכומים הגונים להחזקת המוסדות. צווישן די באזוכן האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' דוד עקשטיין הי"ו פרעזידענט דקהל יטב לב. שפעטער מוצאי שבת איז געווען זמני כניסה וואו פילע תושבי העיר זענען אריין בקודש פנימה נהנה זיין עצה ותושי' פונעם רבי'ן. נאך חצות הלילה איז אפגעראכטן געווארן א רייכע מלוה מלכה לטובת די מוסדות אין שטוב פון הנגיד ר' משה וואלף אפענהיים הי"ו וואו דער רבי האט משמיע געווען סיפורי קודש פון די בעלי ההילולא פון די וואך.



תגובות


bottom of page