top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך הבא: האד' מנדבורנא אנגעקומען אויף לענגערע באזוך אין ניו יארק

  • 14 בינו׳
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN

פארלאפאנעם וואך איז כ''ק האדמו''ר מנדבורנה שליט''א אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק,  אויף א לענגערע באזוך לכבוד עטליכע שמחות ביי די חסידים, צווישן זיי די חתונה בבית מקורבו הנגיד החסיד ר' אברהם פישמאן הי"ו, מגדולי תומכי מוסדות נדבורנה בארץ הקודש און בעל אכסניא קבוע פון אדמו"רי בית נדבורנה, וואס איז פארגעקומען אין בארא פארק.


שבת פ' שמות העעל"ט האט דער רבי שליט"א געוויילט אין דזשעקסאן ניו דזשערזי, בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יצחק פישמאן הי"ו, וואו א שיינעם ציבור אידן מתושבי המקום האבן מיטגעהאלטן די תפילות און טישן בצל הקודש פונעם רבי'ן.



תגובות


bottom of page