top of page
כרחם אב על בנים: האד' מבאבוב אפגעהאלטן רירנדע מעמד פאר יתומים פון ארגון "אור חדש"
זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענעם ליל ששי איז פארגעקומען א זעלטענע און אומגעווענליכע אסיפה בחצר הקודש באבוב, פאר אריבער הונדערט בחורים און קינדער, יתומים, פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערסי וואס זענען אנגעשלאסן אינעם הייליגן מוסד אור חדש, און האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן א שעה של תענוג רוחני בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז ארויס מגדרו און פארברענגט מיט די יתומים וואו ער האט זיך אראפגעלאזט צו זייער דרגא, מן ההר אל העם. דאס קומט


הנה זה בא: תושבי אנטווערפן רישן זיך מיט פרייד מקבל פנים צו זיין האד' מסטוטשין
זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש תושבי אנטווערפן האבן מיט גרויס שמחה אויפגענומען די בשורה מרנינה אז כ"ק אדמו"ר מסטוטשין שליט"א וועט אנקומען קיין אנטווערפן אויף א ביקור קודש אויפצוטרעטן אלס נואם הכבוד ביים גראנדיעזן דינער השנתי דורך "כולל חבת ירושלים", וואס דער רבי שליט"א דינט אלס חבר נשיאות הכולל. דעם רבי'נס באזוך ווערט אויפגענומען מיט א ספעציעלע רגש ביי תושבי העיר, נאכדעם וואס דער סטוטשינער רבי איז זיך געווענליך מונע פון ערשיינען און אויפטרעטן ברבים, אבער אן א


על כס הרבנות: הגה"צ רבי אלעזר שטערן שליט"א עמטליך געווארן אויפגענומען אלס גאב"ד מירון
זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מטעם די אפיציעלע איינוואוינער קאמיטע פון מושב מירון איז אין די טעג ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה, איבער די עמטליכער התמנות פון הגה"צ ר' אלעזר שטערן שליט"א אלס אפציעלער רב פונעם ישוב אין מירון, דערמיט וועט ער ממלא זיין מקום אביו הגדול הגה"צ רבי מאיר זאב שטערן זצ"ל גאב"ד מירון וועלכע האט געדינט אלס רב אינעם ישוב מירון פאר גאנצע זעכציג יאר, פון יאר תשי"ט ביז צו זיין פטירה מיט דריי יאר צוריק אום שנת תשפ"ג, און איז געשטאנען אין שפיץ פ


בארא פארק: הערליכע חתונה געפראוועט בחצרות דינוב - ספינקא - מקור חיים - טארטיקוב
זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש א גרויסן ציבור חסידים האבן זיך פארלאפענעם וואך מיטגעפריידט ביי די חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, דער חתן א זון פונעם רבינס זון הגה"צ ר' זלמן יוסף ראבינאוויטש שליט"א אבד"ק דינוב מאנסי, איידעם ביי הגה"צ ר' יחזקאל דייטש שליט"א אבד"ק מקור חיים, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יואל באב"ד שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א (18), די שמחה איז פארגעקומען אין די עטרת ג


בקודש פנימה: וועלט בארימטער מגיד הרב אברהם מרדכי מלאך מיט לענגערער באזוך ביי האד' מבעלזא
זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.מ.ש. א הערליכער באזוך איז אפגעהאלטן געווארן די וואך בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, דורכ'ן וועלט בארימטער מגיד מישרים הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א, זייענדיג אין ארץ ישראל לכבוד דעם ערשטמאליגן "שבת קרבתנו" וואס איז פארגעקומען אין ארץ ישראל. דער רב שליט"א האט אויפגענומען דעם חשוב'ן גאסט ביותרת הכבוד, און א לענגערע צייט זיך פאראינטערעסירט אויף זיינע שיעורים נפלאים און עבודת הקודש מיט'ן פארשפרייטן התחזקות א


גרויסארטיגן דינער "ליל הכרת הטוב" לטובת מוסדות סאטמאר מאנסי געקרוינט מיט גרויס הצלחה
מוצאי שבת פ' תצוה • י"א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שאט די דאט,JDN דעם מוצש״ק תרומה העעל״ט זענען זיך הונדערטער תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי מאנסי צוזאמגעקומען צום יערליכן דינער "ליל הכרת הטוב", אין די פראכטפולע חתונה־זאל עטרת גנענדיל – בנין מאיר משה, וועלכע איז געווען איבערגעפילט פון ברעג צו ברעג. דער דינער איז געווידמעט געווען צו אפגעבן דעם פאסיגן הכרת הטוב פאר די מוסדות הקדושים סאטמאר–מאנסי, מיט גייסטישע, מאראלישע און פינאנציעלע שטיצע מצד די עלטערן און תומכים. די


גיגאנטישער "11 אקער-לאנד שטח" אפגעקויפט אין שכונת בלומינגראוו פאר קרית הישיבות ד'סאטמאר
דאנערשטאג פ' תצוה • ט' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד און הודאה להשי"ת האבן חסידי סאטמאר אין קרית יואל אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער דעם מוצלח'דיגן קלאוזינג אויף א גיגאנטישער "11 אקער-לאנד שטח" אין שכונת בלומינגראוו צו דינען אלס גיגאנטישער "קרית הישיבות" פאר די ישיבה קטנה ד'סאטמאר קרית יואל, בנשיאותו הרמה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י). נאך די וואונדערליכער אויפבלי אין די לעצטערע יארן אינערהאלב די ישיבה קטנה וואס האט געצוואונגען צו עפענען א פערטער סניף ה


האד' מטאלנא איז מתפלל ביי ציון זקינו הרה"ק רבי וועלוועלע מטשארניאוסטראה זי"ע אין טבריה
דאנערשטאג פ' תצוה • ט' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מוצאי שבת האט כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א פון אשדוד פוקד געווען דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי וועלוועלע מטשארניאוסטראה זי"ע, נאכן וויילן אין טבריה אויף א שבת התוועדות "הוד קדומים" מיט די נגידים ותומכים פון ישיבה לצעירים מתיבתא דרבינו יוחנן טאלנא, אין א האטעל סמוך ונראה צום ציון הק'.


האד' מראחמיסטריווקא האלט מיט סדר לימוד חמש שעות רצופות אין ישיבה לרגל הילולא קדישא פון משה רעיא מהימנא ע"ה
מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN ווי יאר יערליך אין טאג פון ז' אדר דער יומא דהילולא פון משה רעיה מהימנא איז אין אלע ישיבות הקדושות דחסידי רחמיסטריווקא בארה''ק אפגעהאלטן געווארן סדרי לימוד חמש שעות רצופות כתקנת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. אין די ראחמיסטריווקא ישיבה גדולה מאור עיניים אין ירושלים האט זיך דער רבי שליט"א באטייליגט ביי די סדר לימוד אין ישיבה וואו דער רבי האט עטליכע שעה עוסק געווען בתורה אינאיינעם מיט זיין חברותא הרה"ג


ספעציעלע זמני כניסה בחצה"ק וויזניץ פאר שנה ראשונה אינגעלייט נאך די חתונה
מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN בחצר הקודש וויזניץ איז פארלאפענעם דאנערשטאג פארגעקומען ספעציעלע זמני קבלת קהל פאר די אינגעלייט וואס האלטן אין שנה ראשונה נאך די חתונה, און זענען נאכנישט אריין אל הקודש פנימה צום רבי'ן מיט א קוויטל נאך די חתונה. ווי דער מנהג מקדמת דנא אין וויזניץ גייען די פריש חתונה געהאטע חתנים אריין מיט א קוויטל צום רבי'ן אינאיינעם מיט די בני בית, להיזכר לטובה און מקבל זיין דעם ברכת הקודש ווען מען איז זוכה אויפצושטעלן א נייע אי


אויסגאבע טישל • פרשת תצוה - פורים
מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש


גרויס התרגשות צום ווידער מחנך זיין נייעם גרויסן פשעווארסקער ביהמ"ד אין אנטווערפען
מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש א התרגשות'דיגער שטימונג האט פארלאפענעם שבת געהערשט אין די שטאט אנטווערפן, ווען מען האט זוכה געווען ווידער צו מחנך צו זיין דעם נייעם בית הגדול, ביהמ"ד דחסידי פשעווארסק, וועלכע איז פילפאכיג פארגרעסערט געווארן, צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן פלייץ פון חסידים פון נאנט און ווייט וואס קומען כסדר זיך מסתופף זיין בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א. ווי דער ציבור האט מיטגעהאלטן איז די בוי ארבעט ביים נייעם פשעווארסקער ביהמ"ד אנגעגאנג


אורה זו תורה: אומגלויבליכע תורה מאניפעסטאציע ביי היסטארישן מעמד "מלכי רבנן" דורך אלפי לומדי ישיבת "מיר"
מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש פילע טויזנטער לומדים פון די וועלטס-גרעסטע ממלכת התורה "ישיבת מיר" האבן זיך פארגאנגענעם וואך פארזאמלט אויף א היסטארישן כינוס "מלכי רבנן" אפגעהאלטן אין די גיגאנטישע 'ארענע' סטעדיום אין ירושלים, אין שפיץ פון די גדולי מנהיגי עולם התורה, וועלכע האבן מפאר געווען בהדרת כבודה של תורה. דער מעמד אדיר לכבוד התורה ולומדיה איז אפגעהאלטן געווארן אויפ'ן שטייגער פון די מעמדי "אדירי התורה" וואס ווערט אפגעראכטן די לעצטערע יארן אין אמעריקע, מיט'ן צי


פערצנטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא זצוק"ל בצל בנו האד' מנדבורנא ירושלים
דינסטאג פ' תצוה • ז' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שימי פ. בהתעוררות רב איז בחצר הקודש נדבורנא ירושלים געפראוועט געווארן די הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא זצוק"ל בעל באר יעקב, שטייענדיג ביים פערצטן יארטאג פונעם רבינס הסתלקות בשנת תשע"ב. נעכטן מאנטאג ביינאכט, ליל ההילולא, איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום לימוד משניות און תפלת מעריב. דער רבי האט אנגעצינדן ליכט לכבוד דעם יארצייט און איז צוגעגאנגען צום עמוד צו מעריב. נאכדעם איז מע


נייע "כתר" דזשודעיקא געשעפט אין קרית יואל באזייטיגט העברעאישע בוכשטאב אויף פארלאנג פון האד' מסאטמאר
דינסטאג תצווה ז' אדר | בחצרות הקודש אין די לעצטערע טעג איז באקאנט געווארן אין קרית יואל איבער א טויש וואס די נייע "כתר" דזשודעיקא געשעפט האט געמאכט מיט'ן טוישן פון "קעטער" צו "כתר", אויף די דירעקטע בקשה פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די נייע כתר געשעפט וואס האט לאקאציעס איבער די היימישע שטעט, האט עטליכע חדשים צוריק געעפנט איר ערשטע לאקאציע אין קרית יואל, אין די נייע "אייקאן" מאלל וואס איז דאס יאר באנייט געווארן אין שטאט. אזוי ביי אלע לאקאציעס האט "כתר" אויך אין קר


האד' ממונקאטש באטייליגט בראש המלווים ביי לוויה פון מרת זיכערמאן ע"ה אשת הנגיד ר' וואלף זיכערמאן ראה"ק מונקאטש
דינסטאג תצווה ז' אדר | בחצרות הקודש קרעדיט: JDN פארגאנגענעם דאנערשטאג האבן פילע תשובי בארא פארק אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביי די לוויה פון האשה החשובה מרת שרה זיכערמאן ע"ה אשת הנגיד החסיד ר' וואלף זיכערמאן הי"ו ראש הקהל מונקאטש ומחבר ספרי אוצר פלאות התורה, וואס איז נפטר געווארן אין עלטער פון 77 יאר נאכן זיך מוטשען מיט די ביטערע מחלה א לענגערע תקופה. די לוויה איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול מונקאטש אין בארא פארק וואו כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א איז ארויסגעקומען און האט מיט


מסע התעוררות דורך האד' מסאטמאר לעיר האבות סיגוט צום הילולא פון ק"ז הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע
דינסטאג תצווה ו' אדר | בחצרות הקודש גאר א געהויבענעם מעת לעת איז אריבער ביים קורצן מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, צום עיר האבות סיגוט, וואו עס איז פארווירקליכט געווארן דעם "טוב יום בחצריך" מלא התעוררות והתרוממות הנפש מבואו ועד צאתו, ביומא דהילולא רבה פונעם הייליגן קדושת יום טוב מסיגוט זי"ע. די נסיעה האט זיך אנגעהויבן זונטאג נאכמיטאג ווען דעם רבינ'ס פריוואטן פליגער האט געלאנדעט אינעם באניע לופטפעלד אין ראמעניע, און פון דארט האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין


בקשו רחמים: האד' מליסקא אריינגעפירט אין שפיטאל אין ערנסטע געזונט צושטאנד
מאנטאג תצווה ו' אדר | בחצרות הקודש אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם טוען מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואת כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א, וועלכער געפונט זיך ליידער אין שפיטאל אין א ערנסטע געזונט צושטאנד. דער רבי שליט"א איז די לעצטע טעג געווען שטארק אפגעשוואכט נאכן אומפאלן אין שטוב, עס האט אויסגעזעהן אז דעם רבינס מצב איז כשורה ביז היינט נאכמיטאג ווען עס האט זיך דערקענט אויפן רבי'ן א שטארקע חולשה. אויפן ראט פון די דאקטוירים האט מען אריינגעפירט דעם רבי'ן צו די מיימאנידיס ש


האד' ממונקאטש רעכט אפ ספעציעלע שבע ברכות לכבוד שר הפודה הרב משה מארגערעטן; פילצאליגע לויערס באטייליגט
מאנטאג פ' תצוה • ו' אדר | בחצרות הקודש קרעדיט: הילל ל׳׳ש אין אן איינדרוקספולע שריט פון הכרת הטוב און אויסדרוק פון שעצונג און דאנק פאר כלל ישראל'ס שר הפודה, הרה"ח ר' משה מארגארעטן הי"ו, איז אפגעראכטן געוואר א ספעציעלע שבע ברכות בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א לכבודו פון ר' משה, לרגל נישואי בתו למזל טוב. דער מונקאטשער רבי שליט"א איז שוין איבער א יובל יארן אריינגעטאן מיט מסירת נפש'דיגע פעולות חובקות למען אסירי ישראל, און האט שוין במשך השנים זוכה געווען צו שטיין לע


מרבין בשמחה: שמחת האירוסין אין די הויפן פון קרעטשניף - דזיקוב וויזניץ - דעעש - מעליץ
מאנטאג פ' תצוה • ו' אדר | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר אין קרית קרעטשניף רחובות איז נעכטן זונטאג געפייערט געווארן די שמחת התנאים פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, א זון פון בנו הגדול הגה"צ ר' דוד משה ראזענבוים שליט"א אבד"ק קרעטשניף, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' שלום מאסקאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול


bottom of page
