top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנה זה בא: תושבי אנטווערפן רישן זיך מיט פרייד מקבל פנים צו זיין האד' מסטוטשין

  • 01false44 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

תושבי אנטווערפן האבן מיט גרויס שמחה אויפגענומען די בשורה מרנינה אז כ"ק אדמו"ר מסטוטשין שליט"א וועט אנקומען קיין אנטווערפן אויף א ביקור קודש אויפצוטרעטן אלס נואם הכבוד ביים גראנדיעזן דינער השנתי דורך "כולל חבת ירושלים", וואס דער רבי שליט"א דינט אלס חבר נשיאות הכולל.


דעם רבי'נס באזוך ווערט אויפגענומען מיט א ספעציעלע רגש ביי תושבי העיר, נאכדעם וואס דער סטוטשינער רבי איז זיך געווענליך מונע פון ערשיינען און אויפטרעטן ברבים, אבער אן אויסנאם איז ווען עס קומט צו צדקת רבי מאיר בעל הנס, גייט דער רבי ארויס מגדרו, און עס איז שוין אויסגעקומען ביי עטליכע געלעגענהייטן די לעצטערע יארן וואס דער רבי האט אויפגעטרעטן ביי דינערס פון כולל חבת ירושלים.


האט דער רבי דאסמאל אויך אנגענומען די הזמנת כבוד, און וועט אונטערנעמען די טלטלא דגברא רבא און אפרייזן קיין אנטווערפן אויפצוטרעטן אלס נואם הכבוד ביים דינער לצדקת רבי מאיר בעל הנס אין שטאט אנטווערפן, וואס  וועט פארקומען קומענדיגן מיטוואך ויקרא, כ"ח אדר, במעמד אלפי תושבי העיר אין שפיץ פונעם נשיא הכולל באייראפע כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.


נאכן דינער וועט דער רבי  פארבלייבן אין שטאט און אויפנעמען די חסידים תושבי העיר לעצה ולברכה, די אכסניא של תורה וועט זיין בבית הרבני המפואר ר' נפתלי זינגער הי"ו מחשובי חסידי סטוטשין אין שטאט.


תגובות


bottom of page