top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פערצנטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא זצוק"ל בצל בנו האד' מנדבורנא ירושלים

  • 25 בפבר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' תצוה • ז' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שימי פ.

בהתעוררות רב איז בחצר הקודש נדבורנא ירושלים געפראוועט געווארן די הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא זצוק"ל בעל באר יעקב, שטייענדיג ביים פערצטן יארטאג פונעם רבינס הסתלקות בשנת תשע"ב.


נעכטן מאנטאג ביינאכט, ליל ההילולא, איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום לימוד משניות און תפלת מעריב. דער רבי האט אנגעצינדן ליכט לכבוד דעם יארצייט און איז צוגעגאנגען צום עמוד צו מעריב.


נאכדעם איז מען ארויסגעפארן צום הר הזיתים וואו דער רבי האט פוקד געווען דעם ציון הק' אין אוהל אדמור"י נדבורנא. דער רבי האט געדינט אלס שליח ציבור צו ספר רביעי וחמישי אין תהילים, און נאכדעם געזאגט דעם יהי רצון בקול חוצב להבות אש און געזאגט קדיש. דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך במשך א לענגערע וויילע.


נאכן עלייה לציון ארום צען אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום שלחן הטהור און סעודת ההילולא. דער רבי האט מכבד געווען זיין ברודער הגה"צ ר' ישראל ראזנבוים שליט"א צו מסיים זיין ש"ס משניות, און דער רבי האט געמאכט דעם סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך די חסידים און געזאגט קדיש. נאכדעם האט דער רבי זיך געוואשן צו דער סעודה און מען האט געזונגען ניגוני התעוררות ודביקות.


במשך דער סעודה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלמה קליין שליט"א, פון די חשובע תלמידים פונעם בעל ההילולא, און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און במשך א לענגערע צייט און דערציילט עובדות און הפלא'דיגע סיפורים פונעם רבי'ן זצ"ל. צום שלוס האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און דער ציבור איז אדורך זאגן לחיים.


דינסטאג אינדערפרי, בעצם יומא דהילולא, איז פארגעקומען א סדר לימוד הכנה צום דאווענען. נאכדעם איז דער רבי אריינגעקומען צו תפלת שחרית און צוגעגאנגען צום עמוד, נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים טיש לכבוד האי יומא רבה.דעם שבת פ' תרומה העעל"ט - א שבת בעפאר די יארצייט איז ווי יאר יערליך באשטימט געווארן א שבת התאחדות והתעלות פאר דעת חסידי נדבורנא ירושלים וועלכע האבן חוסה געווען בצל הקודש פונעם רבי'ן ביי אלע תפילות און טישן וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א געהויבענעם שטייגער לרגל דעם שבתא דריגלא. 



תגובות


bottom of page