top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא האלט מיט סדר לימוד חמש שעות רצופות אין ישיבה לרגל הילולא קדישא פון משה רעיא מהימנא ע"ה

  • לפני 32 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

ווי יאר יערליך אין טאג פון ז' אדר דער יומא דהילולא פון משה רעיה מהימנא איז אין אלע ישיבות הקדושות דחסידי רחמיסטריווקא בארה''ק אפגעהאלטן געווארן סדרי לימוד חמש שעות רצופות כתקנת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. אין די ראחמיסטריווקא ישיבה גדולה מאור עיניים אין ירושלים האט זיך דער רבי שליט"א באטייליגט ביי די סדר לימוד אין ישיבה וואו דער רבי האט עטליכע שעה עוסק געווען בתורה אינאיינעם מיט זיין חברותא הרה"ג ר' חיים יצחק פאקשער שליט"א, און געשעפט גרויס קורת רוח פון די קול תורה וואס האט אפגעדינערט דורך די הונדערטער תלמידי הישיבה.


נאכן סדר לימוד האט די רבי שליט''א משמיע געווען מדברות קדשו פאר די בחורים, מענייני דיומא און דברי חיזוק והתעוררות. באזונדער האט די רבי שליט''א אויפגעטראטן דורך א לייוו הוקאפ אויפן טעלעפאן צו די תלמידי ישיבה קטנה נאכן סדר הלימוד אין די ישיבה נאך וואס די רבי האט זיך נישט געקענט פערזענדליך באטייליגן ביים היי יאריגן סדר.



bottom of page