top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויס התרגשות צום ווידער מחנך זיין נייעם גרויסן פשעווארסקער ביהמ"ד אין אנטווערפען

  • לפני שעה
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

א התרגשות'דיגער שטימונג האט פארלאפענעם שבת געהערשט אין די שטאט אנטווערפן, ווען מען האט זוכה געווען ווידער צו מחנך צו זיין דעם נייעם בית הגדול, ביהמ"ד דחסידי פשעווארסק, וועלכע איז פילפאכיג פארגרעסערט געווארן, צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן פלייץ פון חסידים פון נאנט און ווייט וואס קומען כסדר זיך מסתופף זיין בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.


ווי דער ציבור האט מיטגעהאלטן איז די בוי ארבעט ביים נייעם פשעווארסקער ביהמ"ד אנגעגאנגען דעם זומער אין בליץ שנעלקייט פון בלויז צוויי חדשים ווי מען האט שוין אויף דעם א' סליחות באנייט דעם פילפאכיג פארגרעסערטן ביהמ"ד אויף אזויפיל צו קענען אנהייבן צוריק צו דאווענען דארט, וואו דער ברייטקייט האט זיך געשפירט אין יעדן ווינקל שאפנדיג אן אומגעהויערע הרחבת הדעת פאר די טויזנטער חסידים המסתופפים בצל הקודש.


ליידער איז אבער עטליכע וואכן דערויף אום יום טוב סוכות זמן שמחתינו צושטערט געווארן די שמחה ווען די לאקאלע אויטאריטעטן האבן זיך פארלייגט היות מען האט נאכנישט ערהאלטן אלע נויטיגע בוי פערמיטן פארן געביידע, קען דער ביהמ"ד נישט זיין אין באנוץ פארן פאבליק, בנוסף האט זיך דער פייער דעפארטמענט פארלייגט מיט אלע כחות צו פארשפארן דעם בנין נאכדעם וואס די סעיפטי אינספעקשענס זענען נישט נאכגעקומען די רעגולאציעס.


דער נייע ביהמ"ד איז געבליבן פארשלאסן און דורכאויס די ווינטער חדשים זענען די תפלות און טישן ווייטער אפגעראכטן געווארן בדוחק מקום אין די זייטיגע שטיבלעך, און די עושי המלאכה האבן פארגעזעצט די ארבעט גומר צו זיין דעם בנין מיט אלע איינריכטונגען, אנגעהויבען פונעם צענטראלער היכל, און סיי אויף די דריי גאלעריען וואס לויפן העכערן ביהמ"ד. גלייכצייטיג איז די ארבעט געווען קאנצענטרירט נאכצוקומען די פארלאנגען פון די פייער דעפארטמענט בכל פרטיה ודקדוקיה.


אצינד ווען מען האט ענדליך ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן און דער ביהמ"ד איז ערגענצט געווארן בתכלית השלימות, איז דעם שבת געעפענט געווארן די טויערן פונעם ביהמ"ד, אינעם פאסיגן צייט צווישן צווישן די שיינע שבתים פון די ד' פרשיות, וואס איז פון די גרעסטע שבתים אין יאר בחצר הקודש פשעווארסק וואס ווערט באלאגערט מיט פילע הונדערטער אורחים מדי שבת בשבתו פון די פיר שבתים.


במשך די תפלות און טישן דעם שבת האט זיך אנגעזען א שטראם פון הונדערטער תושבי העיר צוזאמען מיט די פילצאליגע געסט וועלכע האבן געהאט די געלעגענהייט מיטצוהאלטן א געהויבענעם שבת מיט א געוואלדיגן הרחבת הדעת, אן דעם ענגשאפט וואס האט געהערשט אלע יארן.



תגובות


bottom of page