top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' ממונקאטש באטייליגט בראש המלווים ביי לוויה פון מרת זיכערמאן ע"ה אשת הנגיד ר' וואלף זיכערמאן ראה"ק מונקאטש

  • 24 בפבר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג תצווה ז' אדר | בחצרות הקודש

קרעדיט: JDN

פארגאנגענעם דאנערשטאג האבן פילע תשובי בארא פארק אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביי די לוויה פון האשה החשובה מרת שרה זיכערמאן ע"ה אשת הנגיד החסיד ר' וואלף זיכערמאן הי"ו ראש הקהל מונקאטש ומחבר ספרי אוצר פלאות התורה, וואס איז נפטר געווארן אין עלטער פון 77 יאר נאכן זיך מוטשען מיט די ביטערע מחלה א לענגערע תקופה. די לוויה איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול מונקאטש אין בארא פארק וואו כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א איז ארויסגעקומען און האט מיטגעהאלטן די הספדים פון ר' וואלף הי"ו און די בני המשפחה. אינצווישן די מספידים האט אויפגעטרעטן בנו הגדול פון רבי'ן הגה"צ רבי חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת מונקאטש. דערנאך האט דער רבי שליט"א באגלייט די מיטה א כברת דרך, בדרכה האחרונה אויפן וועג צום בית חיים אין קרית יואל.




תגובות


bottom of page