האד' ממונקאטש רעכט אפ ספעציעלע שבע ברכות לכבוד שר הפודה הרב משה מארגערעטן; פילצאליגע לויערס באטייליגט
- לפני שעה
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' תצוה • ו' אדר | בחצרות הקודש

אין אן איינדרוקספולע שריט פון הכרת הטוב און אויסדרוק פון שעצונג און דאנק פאר כלל ישראל'ס שר הפודה, הרה"ח ר' משה מארגארעטן הי"ו, איז אפגעראכטן געוואר א ספעציעלע שבע ברכות בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א לכבודו פון ר' משה, לרגל נישואי בתו למזל טוב.
דער מונקאטשער רבי שליט"א איז שוין איבער א יובל יארן אריינגעטאן מיט מסירת נפש'דיגע פעולות חובקות למען אסירי ישראל, און האט שוין במשך השנים זוכה געווען צו שטיין לעזרתם פון פילע אסירי ישראל וואס זענען באפרייט געווארן אדאנק דעם רבי'נס שתדלנות און באמיאונגען ביי די הויכע פענסטער.
באזונדער איז דער רבי שליט"א די לעצטערע יארן אין כסדר'דיגע פארבינדונג מיט'ן לעגענדארן מצילן של אסירי ישראל, דער שר העסקנים ונזר השתדלנים הרה"ח ר' משה מארגארעטן מייסד ויושב ראש ארגון "צדק", מיט וועם דער רבי שליט"א איז עוסק אין די פעולות עצומות אויף אלע פראנטן פון פדיון שבוים.
אצינד ווען ס'איז שורה ביי ר' משה א שמחה באהלו, האט דער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגענהייט אפצוגעבן די פאסיגע כבוד ויקר, ארויסצוהייבן די פעולות נשגבות פון ר' משה יום ולילה לא ישבות פאר אחב"י יושבי חושך וצלמות, און די פילצאליגע אנדערע פארצווייגטע פראיעקטן אין וואס ר' משה איז אקטיוו אנצוקלאפן בחצרות מלכים ושרים לטובתן של ישראל.
די שבע ברכות איז געווען געאייגנט ספעציעל פאר די פרעסטיזשפולע לויערס וואס ארבעטן פאר "צדק", ווערנדיג געלאדענט דורכ'ן רבי'ן שליט"א צו קומען אנטיילנעמען און אינאיינעם אפנעמען די פארדינטע הכרת הטוב פאר זייערע קריטישע אקטיוויטעטן פאר פדיון שבוים.
די שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן נעכטן מוצאי שבת תרומה, בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א, אויף אן עלעגאנטן פארנעם, וואו ס'האבן זיך באטייליגט מערערע עסקנים און שתדלנות און בארימטע לויערס.
במשך די שמחה האבן זיך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א און בנו העסקן הרב עזרא פריעדלענדער, הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א דומ"ץ סאטמאר ב"פ, הגה"צ ר' יעקב בער טייטלבוים אב"ד סיגוט וואס האט אויך אויפגעטרעטן מיט א דרשה, הגה"צ ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ בקיט"ל סאטמאר אין ווילאמסבורג ומרבני צדק, און נאך.
צו דער באשטימטער צייט איז דער מונקאטשער רבי שליט"א אריינגעקומען צו די שבע ברכות, און איז צוערשט געצייגט געווארן דורך ר' משה, די אלע לויערס, מיט וועם דער רבי האט זיך באגריסט.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודת מצוה ומלוה מלכה, און דאן האט גענומען דאס ווארט דער עסקן ר' אנשיל שווארץ פון די פירנדע עסקנים אינערהאלב צדק, וועלכער האט באגריסט אלע לויערס.
דאן האט מען געהערט דעם דבר השמחה דורכ'ן עסקן הדגול הרה"ח ר' יעקב ווייס, איידעם ביי הרב שלום מרדכי רובאשקין, וועלכער האט מעלה געווען על נס די פעולות אדירות פונעם בעל שמחה ר' משה.
דערנאך האט מען געהערט די דיבורים נרגשים פונעם בעל שמחה ר' משה, וועלכער האט ארויסגעברענגט די זכי' צו ווערן נקרא לבית המלך, דער רבי האט ספעציעל איינגעארדנט א שבע ברכות לכבודו, און ערווענט איבער די זכי' וואס ער האט צו שטיין כסדר אין פארבינדונג מיט'ן רבי'ן און נהנה זיין עצה ותושי' און פאקטישע פעולות המעש למען פדיון שבוים.
אין הויכפונקט האט מען זוכה געווען צו הערן די הארציגע דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט מאריך געווען בשבחו וערכו הרם פונעם בעל שמחה ר' משה, און דאן געווידמעט עטליכע דיבורים אויף די ענגלישע שפראך, אויסלויבנדיג די לויערס, און אראפגעשילדערט זיין לאנגיעריגע היסטאריע אינעם תחום פון פדיון שבוים.
דער בעל שמחה ר' משה איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון, און דער רבי שליט"א האט געזאגט די שבע ברכות, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט'ן חתן און די גאנצע אויבן-אן, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט באזונדער אין א ריקוד נלהב מיט ר' משה.





































