top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בקודש פנימה: וועלט בארימטער מגיד הרב אברהם מרדכי מלאך מיט לענגערער באזוך ביי האד' מבעלזא

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.מ.ש.

א הערליכער באזוך איז אפגעהאלטן געווארן די וואך בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, דורכ'ן וועלט בארימטער מגיד מישרים הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א, זייענדיג אין ארץ ישראל לכבוד דעם ערשטמאליגן "שבת קרבתנו" וואס איז פארגעקומען אין ארץ ישראל.


דער רב שליט"א האט אויפגענומען דעם חשוב'ן גאסט ביותרת הכבוד, און א לענגערע צייט זיך פאראינטערעסירט אויף זיינע שיעורים נפלאים און עבודת הקודש מיט'ן פארשפרייטן התחזקות און אמונה בלבבות בני ישראל, און באזונדער מיט זיינע גייסטרייכע דרשות ביי די "שבתים קרבתנו".


צום שלוס האט דער רב שליט"א גאר ווארעם געוואונטשן דעם מגיד, ער זאל ווייטער האבן די זכי' להשפיע און מרומם זיין נפשות ישראל לאבינו שבשמים.


אין אנדערע נייעס איז אויך אפגעהאלטן געווארן א שיינער באזוך ביים רב שליט"א דורך די עסקנים ומארגנים פונעם "שבת קרבתנו", וועלכע זענען תיכף ממחרת השבת, זונטאג תצוה, אריין בקודש פנימה איבערצוגעבן א לעבעדיגן גריס פונעם שבת און מקבל זיין ברכת הקודש.


דער רב שליט"א האט פאר נאנט צו א האלבע שעה זיך נאכגעפרעגט אויף אלע פרטים ופרטי פרטים פונעם שבת, מבואו ועד צאתו, און אויסגעדרוקט א געוואלדיגע קורת רוח פון די אויסערגעווענליכע הצלחה מיט וואס דער שבת איז געקרוינט געווארן, וואונטשנדיג פאר די עסקנים ברכה והצלחה אין די אלע הייליגע פעולות.



bottom of page