top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כרחם אב על בנים: האד' מבאבוב אפגעהאלטן רירנדע מעמד פאר יתומים פון ארגון "אור חדש"

  • 2 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם ליל ששי איז פארגעקומען א זעלטענע און אומגעווענליכע אסיפה בחצר הקודש באבוב, פאר אריבער הונדערט בחורים און קינדער, יתומים, פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערסי וואס זענען אנגעשלאסן אינעם הייליגן מוסד אור חדש, און האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן א שעה של תענוג רוחני בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז ארויס מגדרו און פארברענגט מיט די יתומים וואו ער האט זיך אראפגעלאזט צו זייער דרגא, מן ההר אל העם.


דאס קומט נאכדעם וואס די געטרייע עסקנים פונעם מוסד אור חדש וואס טוט אויף גדולות ונצורות פאר יתומים צו לינדערן זייער שווערע דורכגאנג, האבן פארבעטן פונעם באבובער רב שליט"א איבערצוגעבן א שיחת התחזקות פאר די קינדער און בחורים לכבוד יום טוב פורים. דער רב שליט"א האט צוגעשטימט בחפץ לב און טאקע דעם פארגאנגענעם ליל ששי איז פארגעקומען די מסיבה אין די קידוש שטוב אין בית המדרש הגדול באבוב אין בארא פארק.


דער רב שליט"א האט משמיע געווען גאר א הארציגע און ווארעמע שמועס מתובל מיט אוצרות פון התחזקות און הערכה פאר די טייערע יתומים, און מקשר געווען טרעפליכע דברי הכנה צום יום טוב פורים הממשמש ובא, און ארויסגעבערנגט ווי אונז זענען אלע קינדער פונעם טאטן און הימל דער אבי היתומים, באגלייט מיט נאך דיבורים נפלאים וואס האט אריינגעבלאזן טללי תחי' אין די הערצער פון די פארזאמעלטע.


נאך די שמועס זענען אלע קינדער און בחורים אדורך איינציגווייז ביים רב, וואס האט יעדן געוואונטשן ברכת קדשו במאור פנים און פארטיילט פורים געלט לכבוד יום טוב. דערנאך האט דער רב שליט"א באזונדער געוואונטשן די עסקנים פון מוסד אור חדש ווייטער אנצוגיין מיט זייער הייליגע ארבעט.



תגובות


bottom of page