top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק: הערליכע חתונה געפראוועט בחצרות דינוב - ספינקא - מקור חיים - טארטיקוב

  • 1 במרץ
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

א גרויסן ציבור חסידים האבן זיך פארלאפענעם וואך מיטגעפריידט ביי די חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, דער חתן א זון פונעם רבינס זון הגה"צ ר' זלמן יוסף ראבינאוויטש שליט"א אבד"ק דינוב מאנסי, איידעם ביי הגה"צ ר' יחזקאל דייטש שליט"א אבד"ק מקור חיים, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יואל באב"ד שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א (18), די שמחה איז פארגעקומען אין די עטרת גאלדא זאל אין בארא פארק.


ביים מעמד הקבלת פנים האט מען געזינגען די ניגוני התעוררות המיוחסים צו צדיקי בית מונקאטש און דינוב, מיט דברי חרוזים האט אויפגעטרעטן הרב שמעון פראטווין שליט"א, וועלכע האט מיט חרוזין און ניגוני התעוררות אויסגערעכענט די הייליגע זיידעס וועלכע קומען אראפ פון גן עדן זיך משתתף צו זיין ביי די שמחה דערנאך געזאגט דברי כיבושין לפני החתן כנהוג. דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פארגעזינגען 'היה עם פיפיות' כמנהגו. מען איז דאן געגאנגען צום באדעקן און דער רבי שליט"א האט אנגעטוהן די מלבושים פארן חתן.


דערנאך האט מען ארויס צום חופה, וואו מען האט ווייטער געזונגען די ניגוני התעוררות וואס זענען מיוחס צום הייליגן בני יששכר זי"ע, מיט סידור קידושין האט דער רבי שליט''א מכבד געווען דעם זיידע פון די כלה כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די עלטער פעטער פון די חתן כ"ק אדמו"ר מוויעליפאלי שליט"א, מיט די ערשטע זעקס ברכות איז מכובד געווארן די זיידע פון כלה הגה"צ אבד"ק מקור חיים שליט"א, ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א, נאך די חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, בעת ווען דער עולם טאנצט מיט בשירות ותשבחות.


די סעודת החתונה איז געווען צוגעגרייט כיד המלך אוף א ברייטן פארנעם פאר אלע תלמידים, חסידים יוצאי הישיבה וואס האבן אנטייל גענומען ביים שמחה ברוב פאר והדר.


צום באשטימטער צייט איז דער רבי שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די חשובע רבנים פני העדה, און זיך געוואשן צו די סעודת החתונה. נאך א קורצע וויילע איז דער חתן אריינגעקומען, און דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און מחותנים.


בשעת די ריקודין איז ערשינען דער געהויבענער פעטער כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, וועם דער רבי שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און גערעדט אפאר ווערטער לכבודו, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דעם ברודער האדמו"ר ממונקאטש צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך אליינס מיטגעטאנצן במחול לצדיקים. אזוי אויך האבן זיך באטייליגט פילע אדמורי"ם, רבנים, ופני העדה צווישן אנדערע כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א פון בארא פארק, הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א און נאך.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ רבי חיים אלעזר ראבינאוויטש דומ"ץ ור"מ דינוב, און די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה פון ביידע צדדים.


נאכן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב משה מרדכי מארקאוויטש הי''ו אויסגערופן דעם רבי'ן שליט''א צום מצוה טאנץ מיט ווארימע חרוזים. דער רבי שליט"א האט דערנאך געטרינקן לחיים און געוואנטשן ברכות קדשו פארן גאנצן ציבור, און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה, טאנצנדיג אויף די ניגון אב הרחמן העלף שוין אלע אידן וכו' וואס איז מקובל פון הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע צו זינגען בשעת ריקודין של מצוה לפני הכלה, דערנאך איז דער רבי שליט"א געטאנצן מיט די חתן שליט"א און מיט בנו הגה"צ רבי זלמן יוסף שליט"א, דערנאך מיט די זיידעס האדמור"ים שליט"א און מיט די קינדער און אייניקלעך.


דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ דעם זיידן הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א, הגה"צ אבד"ק מקור חיים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, דער אבי החתן אבד"ק דינוב מאנסי שליט''א, די מחותן הרה"ג יואל באב"ד שליט"א דומ"ץ טארטיקוב, דערנאך האט דער בדחן אויסגערופן דעם חתן וכלה און צום שלוס האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן מזל טוב פאר די חתן כלה כנהוג.



תגובות


bottom of page