ספעציעלע זמני כניסה בחצה"ק וויזניץ פאר שנה ראשונה אינגעלייט נאך די חתונה
- לפני 41 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
בחצר הקודש וויזניץ איז פארלאפענעם דאנערשטאג פארגעקומען ספעציעלע זמני קבלת קהל פאר די אינגעלייט וואס האלטן אין שנה ראשונה נאך די חתונה, און זענען נאכנישט אריין אל הקודש פנימה צום רבי'ן מיט א קוויטל נאך די חתונה.
ווי דער מנהג מקדמת דנא אין וויזניץ גייען די פריש חתונה געהאטע חתנים אריין מיט א קוויטל צום רבי'ן אינאיינעם מיט די בני בית, להיזכר לטובה און מקבל זיין דעם ברכת הקודש ווען מען איז זוכה אויפצושטעלן א נייע אידישע שטוב.
צוליב דעם רבינס שוואכן מצב הבריאות איז אבער נישט אויסגעקומען אויפצונעמען די חתונה געהאטע אינגעלייט פאר א לענגערע תקופה צוליב דעם וואס דער רבי האט געוויילט מחוץ לעיר לצרכי רפואה, און איז בלויז אריינגעקומען איינצעלע מאל קיין שיכון וויזניץ אויפצונעמען דעם ציבור אין זמנים מיוחדים ווי ימים טובים וכדומה.
אצינד איז דער רבי ספעציעל אריינקומען קיין בני ברק פונעם אכסניא אין מושב אורה, צו אויפנעמען די אינגע אינגעלייט וואס האבן חתונה געהאט אין לויף פון די לעצטע יאר, דער רבי האט אויפגענומען דעם ציבור אין זאל פון בית וויזניץ אין קרית וויזניץ בני ברק, וואו די אינגעלייט זענען דורך כבני מרון לויט די סדר הא' ב', און במשך א לענגערע צייט האט דער רבי שליט"א געוואונטשן די אינגעלייט יעדן באזונדער איש וביתו מיט ברכות לרוב.








