top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסע התעוררות דורך האד' מסאטמאר לעיר האבות סיגוט צום הילולא פון ק"ז הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע

  • לפני 59 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג תצווה ו' אדר | בחצרות הקודש

גאר א געהויבענעם מעת לעת איז אריבער ביים קורצן מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, צום עיר האבות סיגוט, וואו עס איז פארווירקליכט געווארן דעם "טוב יום בחצריך" מלא התעוררות והתרוממות הנפש מבואו ועד צאתו, ביומא דהילולא רבה פונעם הייליגן קדושת יום טוב מסיגוט זי"ע.


די נסיעה האט זיך אנגעהויבן זונטאג נאכמיטאג ווען דעם רבינ'ס פריוואטן פליגער האט געלאנדעט אינעם באניע לופטפעלד אין ראמעניע, און פון דארט האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין סיגוט, וואו ער איז אנגעקומען ארום 6:00 אזייגער צום היסטארישן שוהל הויף, זיך באגריסנדיג מיטן אנוועזנדן ציבור. נאך א קורצע צייט איז דער רבי געגאנגען אין מקוה און געדאווענט תפילת מנחה אינעם "היכל משה אריה" אינעם שוהל הויף ארומגענומען מיט הונדערטער חסידים וועלכע זענען געקומען צופארן פון אלע עקן וועלט. נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען.


נאך א הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב, וואו ער האט געצינדן  ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא מיט א געוואלדיגע התעוררות, וואו עס האט זיך געשפירט אין די לופטן דעם קדושת המקום, דעם מקום משכן הצדיקים הקדושים לבית סיגוט דור אחר דור, וואו די הייליגע אבות האבן אפגעראכטן זייער עבודת הקודש. 


תיכף נאך מעריב איז אפגעראכטן געווארן די סעודת הילולא רבתי בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט א קבוצה מתלמידי ישיבה גדולה וואס האבן זיך געפונען אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים, וואו מען האט מאריך געווען מיט ניגוני התעוררות מבית מדרשו של רבי און דער רבי האט משמיע געווען דברי אלוקים חיים מיט גרויס השתוקקות במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא, ארומרעדנדיג איבער די השתלשלות הקודש פון די רבנים אין שטאט סיגוט אנגעהויבן ביי זקינו הרה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע ביזן בעל ההילולא זי"ע, און שטארק ארויסגעברענגט די כח הנהגה ורבנות פונעם הייליגן קדושת יום טוב זי"ע.


מיט אן ענוות חן האט דער רבי זיך אויסגעדרוקט אז ער שפירט א בושה ארויפצוגיין צום ציון, אבער ער טרייסט זיך מיט דעם וואס ער ברענגט מיט זיך די ערליכע חסידישע בחורים, און אין דעם זכות וואס מען איז ממשיך די דרך פונעם בעל הילולא צו אויפשטעלן חסידישע בחורים קען מען ארויפגיין צום ציון הק' און אויספועלן אלעס גוטס, דער רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס און זיך צוריקגעקערט למעון קדשו אינעם שוהל הויף.


אויפצומארגנס מאנטאג באשמורת הבוקר, בעצם יומא דהילולא, איז דער רבי ארויסגעגאנגען צופיסנס צום בית החיים, און ווי נאר ער איז אריין אינעם אהל הקדוש האט זיך אנטפלעקט א יום כיפורדיגע אטמאספערע, ווען דער רבי האט אנגעהויבן די תפילה "שלום עליך רבי ומורי" מיט בכיות נוראות. נאכן זאגן ספר רביעי שבתהילים און דעם יהי רצון מיט גרויס השתפכות הנפש, האט דער רבי געליינט קוויטלעך, אין א זעלטענעם שריט האט דער רבי ארויפגעלייגט אויפן ציון הקדוש, טויזנטער קוויטלעך וואס מען האט אריינגעברענגט לקודש פנימה בעת די זמני כניסה די לעצטע תקופה, און דערנאך געליינט קוויטלעך פון אלע אנוועזנדע משתתפים יעדן באזונדער.


נאכן ארויסגיין פונעם אהל מיט א געוואלדיגע ערנסטקייט און חרדת קודש, האט דער רבי געדאווענט שחרית לפני התיבה אינעם ביהמ"ד אינעם שוהל הויף, עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל. נאכן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן א שולחן לחיים וואו דער רבי האט ווייטער דערציילט סיפורי קודש פון די אבות הקדושים, שפעטער מיטאג צייט האט דער רבי פארלאזט דעם עיר האבות סיגוט, און זיך ארויסגעלאזט מיטן פריוואטן פליגער קיין מאנטשעסטער, איבערלאזנדיג הויפענעס השפעות טובות פאר אלע משתתפי הנסיעה.



תגובות


bottom of page