top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אורה זו תורה: אומגלויבליכע תורה מאניפעסטאציע ביי היסטארישן מעמד "מלכי רבנן" דורך אלפי לומדי ישיבת "מיר"

  • לפני 12 דקות
  • זמן קריאה 4 דקות

מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

פילע טויזנטער לומדים פון די וועלטס-גרעסטע ממלכת התורה "ישיבת מיר" האבן זיך פארגאנגענעם וואך פארזאמלט אויף א היסטארישן כינוס "מלכי רבנן" אפגעהאלטן אין די גיגאנטישע 'ארענע' סטעדיום אין ירושלים, אין שפיץ פון די גדולי מנהיגי עולם התורה, וועלכע האבן מפאר געווען בהדרת כבודה של תורה.


דער מעמד אדיר לכבוד התורה ולומדיה איז אפגעהאלטן געווארן אויפ'ן שטייגער פון די מעמדי "אדירי התורה" וואס ווערט אפגעראכטן די לעצטערע יארן אין אמעריקע, מיט'ן ציל צו מרומם און מוקיר זיין די עמלי התורה וועלכע זענען זיך ממית באהלה של תורה.ביים מעמד האבן זיך באטייליגט די טויזנטער עמלי התורה פון די בית אולפנא רבתי ישיבת מיר וואס פארמאגט א מספר אדיר פון טויזנטער לומדים, בחורים און יונגעלייט, פון אלע קרייזן, כולם נקבצו באו מיטצולעבן די היסטארישע שעה'ן פון תנו כבוד לתורה.


א פלאטע פון הונדערטער באסעס האבן געברענגט די לומדים פון אלע סניפי הישיבה און כוללים, פון אלע שטעט, און זענען ענטפאנגען געווארן בכבוד הראוי און פלאצירט געווארן אויף די באשטימטע ערטער איש על מחנהו ודגלו.


אן ערהאבן מחזה איז געווען די פרעכטיגע 3 שטאקיגע בימת הכבוד, באשיינט דורך אלע ראשי החבורות און רבני הישיבה, און א בחינה פון 'רבי מכבד עשירים', זענען די ערשטע רייעס פונעם זאל געווען געווידמעט פאר די נגידי ותומכי הישיבה, וועלט בארימטע פילאנטראפן וואס זענען געקומען ספעציעל צו פארן צום מעמד.


דער מעמד איז געלאזט געווארן אין גאנג מיט די ערשיינונג פון די ראשי הישיבה, וואס זענען ערשינען אין זאל שלובי יד לקול תרועת הזמר און פייערדיגע טענץ דורך די טויזנטער בני הישיבות. במשך דעם מעמד האבן מהנה געווען בארימטע בעלי מנגנים, ר' ברוך לעווין וואס איז געקומען צו פארן פון אמעריקע, ר' זאנוויל וויינבערגער, ר' בנציון שטיין, און ר' ישראל אדלער, וועלכער האט אויך אויפגעטרעטן מיט חרוזים.


אנהייב מעמד איז געצייגט געווארן א פרעזענטאציע וואס האט אראפגעשילדערט די רייכע היסטאריע וקורות דברי הימים פון די בית אולפנא רבתי, וואס איז נתייסד געווארן אין די ליטע, און האט גולה געווען אין שאנכיי בימי הרס עולם, און שפעטער איבערגעפלאנצט געווארן קיין ירושלים, אויסוואקסנדיג די סאמע גרעסטע מבצר התורה איבער די וועלט מיט א נעץ פון בנינים אדירים אין ירושלים וסביבותיה.


עס האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי יצחק אזרחי שליט"א מראשי ישיבת מיר, ארויסהייבנדיג דעם כינוס הגדול לכבוד התורה ולומדיה, און דערנאך האט מען מיט א שמחה נלהבה מקבל פנים געווען פני כבודו פון הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סאלאבאדקע וממנהיגי עולם התורה, וועלכער האט באשיינט בראש המעמד.


בנוכחותו פונעם סלאבאדקע ראש ישיבה, האט מען געהערט די פלאם פייערדיגע דיבורים ורגשי הלב פון הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל שליט"א ראש ישיבת מיר, וועלכער האט ארויסגעהויבן די לומדי תורה וועלכע הארעווען על התורה מתוך הדחק, ואשרי מי שעמלי בתורה ועושה נחת רוח ליוצרו. נאך די דרשה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ספאנטאנע פייערדיגע טענץ אויפ'ן ניגון "עולם הבא איז א גוטע זאך, לערנען תורה איז די בעסטע זאך", און עס איז געווען א מחזה נהדר צו זען דעם ראש ישיבה הגאון אליעזר יהודה שליט"א איז מעודד די טענץ.


דערנאך האט ר' ישראל אדלער אויפגעטרעטן מיט פאסיגע חרוזים לכבוד המעמד, און דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן די דברי ברכה, הוקרה וחיזוק דורך הגאון רבי דוב לאנדא, לכבוד רבנן ותלמידיהון.


און אזוי אויך במשך די קומענדיגע חלקים פונעם מעמד, האט מען געהערט די דברים חוצבים פון די גדולי ראשי ישיבה ומנהיגי עולם התורה, הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א מראשי ישיבת סלאבאדקע, און הגאון המשגיח ר' דן סגל שליט"א, וועלכע האבן איבערגעגעבן דברי חיזוק וברכה פאר די לומדים.


דערנאך איז פארגעקומען דער "סיום הש"ס" אויפ'ן סדר לימוד הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך די גאנצע ישיבה לכבוד המעמד. איידער'ן הדרן האט מען געהערט די פלאם פייערדיגע התחזקות דורך הגה"צ המשפיע ר' נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב, וועלכער האט אויך געזאגט קדיש, און דערויף האט נאכגעפאלגט די ריקודין נלהבים בשמחת התורה דורך די אלפי הלומדים.


דאן האט מען געהערט די טרעפליכע ווערטער ודברי פי חכם חן דורכ'ן נאום הכבוד, הגה"צ פה מפיק מרגליות רבי אפרים וואקסמאן שליט"א ראש ישיבת מאור יצחק, וועלכער האט מיט דברים נפלאים געהויבן די הערצער פון די לומדים מיט טרעפליכע רעיונות און התבוננות איבער'ן חשיבות פון עמלי התורה ותומכיה.


א הויכפונקט איז געווען די זעלטענע און היסטארישע דרשה דורכ'ן מרביץ תורה לאלפים ורבבות, פון די גרעסטע מגידי שיעור בדורינו, הגאון האדיר ומרא דכולא תלמודא רבי אשר אריאלי שליט"א מגיד שיעור אין ישיבת מיר, וועלכער האט געגעבן די צענטראלע דרשה ביים מעמד. היות רבי אשר גייט זעלטן ארויס מבין כותלי הישיבה, און אוודאי נישט אויפצוטרעטן ברבים, זייענדיג אצינד די סאמע-ערשטע מאל וואס ער איז ארויס מגדרו און רעדן צו א ציבור אויסער'ן טעגליכן שיעור אין ישיבה, איז צוגעשטעלט געווארן א ספעציעלע צימער אינעם סטעדיום, וואו רבי אשר האט ווייטער ממשיך געווען מיט זיינע רעגלמעסיגע לימודים, און איז נאר ערשינען אין זאל צו געבן זיין דרשה, וואס איז אויסגעהערט געווארן דורך די טויזנטער לומדים מיט א חרדת קודש, שלונגענדיג מיט דורשט די ווארעמע דברי חיזוק ועידוד פאר לומדי תורה.


לסיום המעמד האט מען געהערט די דברי נעילה דורכ'ן משגיח הישיבה הגאון רבי בנימין פינקל, און דערנאך איז געווען קבלת עול מלכות שמים דורכ'ן מלהיב לבבות ישראל הגה"צ המקובל רבי שמעון גלאי שליט"א.



bottom of page