top of page
הגה"צ אבד"ק פאפא מאנסי שליט"א פראוועט געהויבענעם שבת אין קערעסטיר
דינסטאג פרשת תולדות • ל' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש א גרויסער ציבור חסידי פאפא האט מיטגעהאטן דעם געהויבענעם שבת פרשת חיי שרה אין קערעסטיר אונגארן, בראשות הגה"צ אבד"ק פאפא-מאנסי שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וועלכער האט געוויילט אין שטאט און פוקד זיין דעם מקום מנוחה פון הרה"ק רבי ישעי' מקערעסטיר זי"ע להפקד בדבר ישועה ורחמים. א לענגערע צייט וואס עס זענען אנגעגאנגען די געהויבענע הכנות צווישן חברי ק"ק פאפא אין מאנסי און אין אנדערע מקומות, מסדר צו זיין אלע פרטים פונעם געה


חסידי פאפא פייערליך אפגעראכטן "סיום חצי הש"ס" געלערנט אין ראם פון חבורת "והגית"
מאנטאג פרשת לך לך • ח' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש שמחה גוררת שמחה, האבן חסידי פאפא משלב געווען דעם הייליגן יו"ט שמחת תורה, מיטן שמחת סיום תורה שבעל פה, ביים פייערליכער מעמד "סיום חצי ש"ס" וואס איז געלערנט געווארן אין ראם פון די בארימטע חבורה "והגית", ביי וועלכן מ'האט זיך משמח געווען בשמחה וחדוה עילאה בראשות מנהיג העדה ומייסד החבורה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א. די חבורה "והגית" איז נתייסד געווארן עטליכע יאר צוריק דורך כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, מיט א מעגליכקייט צו לערנען אן "עמוד ליו


בארימטע פאפא צעהלים מצה בעקעריי אפגעקויפט נייע גיגאנטישן לאקאל צווישן בארא פארק און וויליאמסבורג
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה, איבער דעם מקח וואס איז געשלאסן געווארן אויף א בנין רחבת ידים אין די פראספעקט געגנט אין ברוקלין, וואו עס וועט אי"ה איינגעקווארטירט ווערן די בארימטע "פאפא-צעהלים מצה בעקעריי" און מ'וועט דארט ווייטער צושטעלן די מהודר'דיגע מצות פאר די פילצאליגע אידן וואס באנוצן זיך מיט די מצות בימי חג הפסח. די פאפא-צעהלים מצה בעקעריי גייט שוין במשך לאנגע יארן אין וויליאמסבורג, וואו עס זענען אוועקגעש


תושבי מאנסי מיטגעהאלטן געהויבענעם "הכנסת ספר תורה" דורך ק"ק פאפא אין שטאט
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN תושבי מאנסי האבן די וואך מיטגעהאלטן די שמחה הרוממה פון עדת ק"ק פאפא אין די שטאט, ביים געהויבענעם מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס איז אפגעראכטן געווארן בראשות די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א. די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך חסידי פאפא אין מאנסי, און איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד דחסידי פאפא שכונת סערל-ריווער אין מאנסי, וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסער שאטער פארנט פון ביהמ"ד, וואו עס זענען אפ


bottom of page


