top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארימטע פאפא צעהלים מצה בעקעריי אפגעקויפט נייע גיגאנטישן לאקאל צווישן בארא פארק און וויליאמסבורג

  • לפני 19 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה, איבער דעם מקח וואס איז געשלאסן געווארן אויף א בנין רחבת ידים אין די פראספעקט געגנט אין ברוקלין, וואו עס וועט אי"ה איינגעקווארטירט ווערן די בארימטע "פאפא-צעהלים מצה בעקעריי" און מ'וועט דארט ווייטער צושטעלן די מהודר'דיגע מצות פאר די פילצאליגע אידן וואס באנוצן זיך מיט די מצות בימי חג הפסח.


די פאפא-צעהלים מצה בעקעריי גייט שוין במשך לאנגע יארן אין וויליאמסבורג, וואו עס זענען אוועקגעשטעלט געווארן די יסודות פון כשרות און הידורים אונטער דער שטרענגער אויפזיכט פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זצוק"ל צוזאמען מיט דודו הגה"ק בעל מגדלות מרקחים מצעהלים זצוק"ל, וועלכע האבן ביידע געהאלטן דעם עינא פקיחא אויף די בעקעריי, און כסדר מוסיף געווען פרישע הידורים און חומרות צו פארזיכערן דעם העכסטן סטאנדארט פון כשרות און זהירות ביי די הייליגע מצוה פון אכילת מצה בחג הפסח.


אלע יארן שפעטער שטייט די בעקעריי ווייטער אונטער די שטרענגע השגחה פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א און כ"ק אדמו"ר מצעהלים שליט"א, און די בעקעריי האט זיך קונה געווען דעם כתר שם טוב מיט די פילע הידורים.


שוין א לענגערע צייט וואס כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א האט אויסגעדרוקט עז רצונו פאר די הנהלת הקהילה, מרחיב צו זיין די גבולי הכשרות, אריבערצופירן די בעקעריי אויף א גרעסערן און ברייטערן לאקאל, צו קענען איינשטעלן פרישע חומרות און זהירות אויף די יסודות וואס ער האט מקבל געווען פון אביו כ"ק אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצוק"ל.


וחפץ ה' בידם הצליח איצט צו טרעפן דעם נייעם גרויסן בנין אין די געגנט פון פראספעקט אין ברוקלין, צווישן וויליאמסבורג און בארא פארק, און פארלאפענע וואך איז ענדגילטיג געשלאסן געווארן דער מקח אויף דעם נייעם בנין, נאכן ערהאלטן ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א און פון כ"ק אדמו"ר מצעהלים שליט"א.


נאכן גומר זיין דעם מקח איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וואו מען האט איבערגעשמועסט די ווייטערדיגע פלענער, און דער רבי שליט"א האט דערביי געגעבן פארשידענע הוראות און אנווייזונגען. עקסטער האבן די עסקנים מקבל געווען מברכותיו והוראותיו פון כ"ק אדמו"ר מצעהלים שליט"א פאר'ן גמר המקח פון דעם נייעם בנין.


אצינד גרייט מען זיך שוין איינצוריכטן דעם נייעם בנין מיט אלע איינריכטונגען, מיט די העכסטע סטאנדארטן פון זהירות אויף טריט און שריט, און אין א נאנטער תקופה וועט די בעקעריי זיך אריבערציען צום נייעם לאקאל, וואו מ'וועט פארזעצן מיט דער עבודת הקודש אהערצושטעלן די מהודר'דיגע מצות מיט אלע הידורים.



bottom of page