top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי פאפא מאנסי לעבן מיט שבת שכולו רוחני בצל הקודש פון האד' מפאפא

  • לפני 13 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' תצוה • ו' אדר | בחצרות הקודש


הונדערטער חסידי פאפא אין מאנסי האבן מיט גרויס התרגשות מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצילא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וועלכער איז געקומען וויילן אין שטאט לשמחת לב תושבי עיר מאנסי און תלמידי וחסידי פאפא בפרט.


ווי שוין באריכטעט איז דער רבי שליט"א געקומען צו פארן לראות את שלום הקהלה והמוסדות אין מאנסי, וואס האבן זיך שטארק צוברייטערט און צובליט אויף א שיינעם פארנעם. די תושבי העיר האבן געהאט די זכי אז דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אין שטאט במשך די טעג, און האט באזוכט אלע אפטיילונגען פון די קהלה און מוסדות.


דער רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין מאנסי מיטוואך נאכט, נאכן עריכת שולחן הטהור לרגל די הילולא פון זקינו הגה"ק בעל ויגד יעקב מפאפא זי"ע אין ביהמ"ד הגדול דפאפא אין וויליאמסבורג. דאנערשטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית אין היכל ביהמ"ד הגדול דפאפא אין מאנסי. נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א געפראוועט א מסיבת לחיים לרגל ההילולא קדישא. אין לויף פונעם טאג איז געווען זמני כניסה בבית האכסניא אין שטוב פון הר"ר אלי' קאלמאן הי"ו מנכבדי הקהלה.


אויף שבת איז געווען א צוזאמפאר פון חסידי פאפא פון אלע מקומות, וועלכע זענען געקומען מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש. דער ועד הכנסת אורחים פון די קהלה האט געארבעט פיבערהאפטיג אויפצונעמען און מסדר צו זיין די פילצאליגע אורחים, ובפרט צוצושטעלן די סעודות שבת פאר די געסט ווי אויך פאר תושבי העיר פון ווייטערע געגנטער. אלעס איז צוגעשטעלט געווארן מיט גרויס רחבות אין די זאלן פון בנות ישראל וויזניץ.


במשך דעם שבת האט דער רבי שליט"א געדאווענט די תפלות און געפראוועט די טישן אין היכל ביהמ"ד הגדול אויף סוזען דרייוו, וועלכער איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור, זקנים עם נערים.


צו תפלת מנחה בערב שבת האט דער רבי שליט"א צוגעשיקט הרה"ח ר' אפרים וועבער שליט"א, מזקני וחשובי חסידי פאפא מאנסי, און א קרוב פונעם רבי'ן. דער רבי שליט"א האט אליין געדאווענט קבלת שבת מיט א קול חוצב להבש אש כדרכו בקודש.


דער טיש ליל שבת טיש איז פארגעקומען ברוב פאר והדר בהיכל הביהמ"ד, אנגעהויבן פון שלום עליכם. צווישן די חשובע רבנים ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א רב ביהמ"ד ישמח משה סאטמאר, הגה"צ אבד"ק קאזלוב שליט"א, הגה"צ אבד"ק סלאנים מאנסי שליט"א, הגה"צ אבד"ק מישקאלץ שליט"א, און די קינדער פונעם רבינס שוואגער הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א בשליחותו.


דער רבי שליט"א האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש, מיט שטארקע יסודות אין עבודת ה', מלא חיזוק והתעוררות. און דערנאך געבענטשט ברכת המזון על הכוס. בשעה 12:30 האט מען פארענדיגט דעם טיש און אהיימבאגלייט דעם רבי'ן צו די אכסניא.


ביום השבת האט דער רבי צוגעשיקט צו פסוקי דזמרה הרה"ח ר' עמרם יודא גרינוואלד שליט"א, מזקני וחשובי חסידי פאפא אין מאנסי. בעל תפלה צו שחרית איז געווען הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א מגיד שיעור אין די ישיבה גדולה אין קרית פאפא און מחשובי המשפיעים אין די פאפא קהלה אין מאנסי.


ביי קריאת התורה האבן עולה געווען דעם רבינס קינדער הרבנים הגאוה"צ, די דייני הקהלה פון וויליאמסבורג, דער בעל האכסניא, און נאך אנשים חשובים ראשי ופני העדה. נאכן עולה זיין צו שישי האט דער רבי געמאכט א מי שברך פאר די נדבני השבת און פאר אלע אורחים חשובים.


מפטיר האט עולה געווען דעם רבינס אייניקל, החתן הבר מצוה זון פון בנו הצעיר הרה"צ ר' יוסף גרינוואלד שליט"א, לקראת די שמחת הבר מצוה וואס קומט פאר דעם קומענדיגן מוצאי שבת פרה.


דער רבי שליט"א האט פארגעדאווענט מוסף בקול נרגש, און איז נאכן דאווענען אריבער צום שטוב פון בנו הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבד"ק פאפא מאנסי וואו דער רבי האט אפגעראכטן דער מיטאג טיש אויף א פריוואטער פארנעם מיט די משפחת המלוכה און נאנטע מקורבים.


מען האט פארברענגט לענגערע שעות בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און הגה"צ רבי פנחס חיים שליט"א איז נתכבד געווארן מיט ברכת המזון על הכוס. נאכן סעודה איז אנגעקומען אויף א באזוך, כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא ספרינג וואלי שליט"א, וואו עס איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס מענייני הפרשה און נאך פארשידנס.


שלש סעודות איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס ערנסטקייט און התרוממות הנפש. מען האט געזינגען די זמירות כסדרן און מוסיף געווען ניגוני דביקות והתעוררות. נאך מעריב און הבדלה האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט ריקודים עילאין נאכן מיטלעבן אזא הייליגן שבת כולו רוחני במחיצת הקודש.


ביים דורכגיין זאגן "גוט וואך" האט דער רבי שליט"א יעדן געוואונטשן במאור פנים, און דערמיט האט זיך געשלאסן דער געהויבענער שבת שכולו רוחני וואס וועט לאנג בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פון אלע משתתפים.



תגובות


bottom of page