געהויבענע שמחת בר מצוה פון נכד האד' מפאפא; הבחור בר מצוה זון פון בנו הצעיר הרה"צ רבי יוסף שליט"א
- לפני 6 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' ויקהל פקודי • כ''ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי פאפא האבן מיטגעלעבט א שיינע שמחה בבית צדיקים, שמחת הבר מצוה פון נכד רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, א זון פון בו הצעיר הרה"צ רבי יוסף גרינוואלד שליט"א, חתן הגה"צ רבי אברהם האלברשטאם שליט"א אבד"ק מנחת חינוך וראה"כ טארטיקוב, וואס איז געפייערט געווארן פאריגן מוצאי שב"ק פרשת כי תשא.
די שמחה איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אין ביהמ"ד הגדול פאפא אין וויליאמסבורג. עס איז געווען צוגעשטעלט אויף א שיינעם פארנעם פאר'ן גאנצן עולם און באזונדערע טישן פאר מתפללי ביהמ"ד טארטיקוב וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די שמחה.
ארום צען דרייסיג אווענט האט מען עמפאנגען דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה. די זיידעס, דער רבי שליט"א מיט הגה"צ אבד"ק מנחת חינוך שליט"א, האבן זיך געוואשן צו דער סעודת מצוה. נאך די זמירות למוצאי שב"ק האט אויפגעטרעטן דער אבי הבר מצוה הרה"צ רבי יוסף שליט"א וואס האט געזאגט פאסיגע דברי תורה, דערנאך האט דער בר מצוה בחור געזאגט דעם פשעטל.
אויך האט מען געהערט שיינע דברי תורה פונעם זיידן הגה"צ אבד"ק מנחת חינוך שליט"א וואס האט געזאגט טרעפליכע רייד לכבוד דער שמחה. מיט יראת הכבוד האט מען דערנאך זיך איינגעהערט צו די דברות קודש פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א.
דער רבי שליט"א האט באטאנט אז די נאכט, אור ליום י"ט אדר, פאלט אויס די יארצייט פון הגה"ק אבד"ק טשעטשאוויץ זצ"ל דער זיידע פון הגה"ק בעל ערוגת הבשם און קרן לדוד זי"ע, וואס איז געווען אן אדם גדול מאוד, זיין זכות זאל אונז אלע באגלייטן. אויך האט דער רבי דערמאנט די הילולא קדישא פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, וועמענ'ס נאמען דער בר מצוה טראגט, און ממשיך געווען מיט שיינע בחינות לרגל דער שמחה.
נאך די דברות קודש האט דער גאנצער ציבור זיך אויפגעשטעלט אויף א דערהויבענעם ריקוד, און דער בר מצוה בחור נ"י מכובד געווארן מיט ברכת המזון על הכוס. צום שלוס איז דער גאנצער עולם אריבער ווינטשן לחיים און מזל טוב.
צומארגנס זונטאג האט דאס בר מצוה בחור געלייגט תפילין ביים זיידן כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א און דערנאך איז פארגעקומען א שלחן לחיים לכבוד המאורע.












