top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מזל טוב: געהויבענע מסיבת תנאים בבית סאטמאר - ספינקא - פאפא בארא פארק

  • Bechatzros admin
  • לפני 4 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' בשלח • י''א שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי בלום

אין דער שטאט בארא פארק איז נעכטן פארגעקומען די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' יעקב בער טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגוט, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' יהושע שלום ווייס שליט"א אבד"ק ספינקא, זון פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מפאפא בארא פארק שליט"א.


דער שידוך איז געשלאסן געווארן פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט, בביתו נאוה קודש פונעם זיידן כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א, וואו מ׳האט מקבל קנין געווען. ס׳איז פארגעקומען א הערליכע מסיבת לחיים לרגל דעם שמחת קישור החיתון, וואו מ׳האט זיך געוואונטשן מזל טוב און לחיים, און געהערט ברכת הקודש פון רבי׳ן שליט״א, וואס האט אנגעוואונטשן חתן וכלה אויפצושטעלן א בית נאמן בית ישראל, לשם ולתפארת.


דעם מאנטאג בשלח איז געפראוועט געווארן די מסיבת תנאים ברוב עם הדרת מלך אין זאל פון "עטרת גאלדא" אין בארא פארק, מיט די באטייליגונג פון פילע חסידים ומעריצים, ובראשם די געהויבענע זיידעס האדמו״רים שליט״א און די חשוב׳ע מחותנים. מ׳האט פארברענגט מיט פאסיגע ניגוני שירה וזמרה צו דער געהויבענער שמחה בבית צדיקים.


דער גרויסער זיידע כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א האט פארגעלייענט די תנאים. דער ערב קבלן איז געווען מצד אחד הנגיד ר׳ משה שמואל זופניק הי״ו, מפארי חשובי חסידי סאטמאר, און מצד שני הרה״ח ר׳ אשר משה פערל שליט״א, גבאי ביהמ״ד ספינקא. די עדות זענען געווען: הרה״ג ר׳ אברהם בערקאוויטש שליט״א, ראש החבורה אין מתיבתא תורה ויראה דסאטמאר און מגי״ש בביהמ״ד סיגוט; און הרה״ח ר׳ אברהם חיים זילבער שליט״א, משב״ק כ״ק אדמו״ר מספינקא שליט״א.


נאך׳ן לייענען די תנאים איז דער גאנצער עולם אדורך אנגעוואונטשן דעם חתן שליט״א און די מחותנים הגאוה״צ שליט״א און די געהויבענע זיידעס האדמו״רים שליט״א בעידן חדוותא. מ׳האט געהערט ווארימע דרשות פונעם זיידן כ״ק אדמו״ר מפאפא ב״פ שליט״א, פון די מחותנים הגה״צ מסיגוט שליט״א און הגה״צ אבד״ק ספינקא שליט״א, און דברות קודש פון כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א, וואס האט ווארעם אנגעוואונטשן אז די שלשלת הזהב זאל זיך ווייטער פלעכטן לשם ולתפארת, ובית צדיקים יעמוד.


צווישן די פילע רבנים וואס האבן באשיינט די שמחה האבן זיך אנגעזעהן, האדמור"ים מצאנז זמיגראד, ספינקא פון 18, אלכסנדר בארא פארק, אבד"ק נירבאטור, אבד"ק ניימארק, אבד"ק מאקאווא בארא פארק, אבד"ק סארוואש, אבד"ק פינטשוב, אבד"ק יאמפאלא, אבד"ק זידיטשוב לינדען, אבד"ק קאריץ, אבד"ק קאלאשיץ, אבד"ק וואידיסלאוו, אבד"ק בראד, אבד"ק תפארת מרדכי, ראש ישיבת אלכסנדר, דומ"ץ טאהש בארא פארק, דומ"ץ סיגעיט,  און די רבני ודייני קהילה קדושה סאטמאר אין בארא פארק.


אויפן וועג ארויס פון די שמחה האט דער סאטמארער רבי געוואונשן די כלה און דערנאך זיך באגעגענט מיט העסקן הרב משה מארגארעטען יושב ראש פון די צדק ארגאניזאציע מיט וועם דער רבי האט פארפירט א קורצן שמועס בעניני הכלל. 



bottom of page