חדש עלינו: האד' מפאפא פראוועט סעודת ראש חודש אין ביהמ"ד פאפא אין לינדען
- 27 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שמעון קאהן
פארגאנגענעם דאנערשטאג טהרה, ראש חודש אייר, איז פארגעקומען אין דער שטאט לינדען, ניו דזשערסי, א נאבעלע סעודת ראש חודש געווידמעט פאר חסידי פאפא תושבי עיר לינדען, וואו די חסידים האבן געהאט די זכי צו האבן צו גאסט דעם מנהיג העדה כ"ק אדמו״ר מפאפא שליט״א, וועלכער איז געקומען צו פארן מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו אין שטאט.
דער רבי שליט״א איז אנגעקומען פארנאכט אין שטאט, און איז תיכף צוגעפארן צום נייעם שטח וואו עס גייט אן די מלאכת הבניה פונעם ביהמ״ד החדש אין שטאט. די עסקנים האבן געוויזן פארן רבי׳ן שליט״א די אלע בוי פלענער און ווי די ארבעט מארשירט פאראויס, א דאנק די פילע לייסטונגען פון די געטרייע עסקנים וועלכע ארבעטן יומם ולילה לא ישבותו למען כבוד בית ה'. מ׳האט זיך געשטעלט דאווענען אינעם נייעם ביהמ״ד א ווארעמע תפילת ערבית, און דער רבי שליט״א האט פארגעציילט ספירת העומר כנהוג.
תיכף נאך מעריב איז מען צוגעפארן צום צייטווייליגן פאפא ביהמ״ד אין שטאט, וואו מ׳האט זיך געוואשן צו דער סעודת ראש חודש וואס איז געווארן צוגעשטעלט פארן גאנצן עולם מיט א שטארקע הרחבה.
עס האט אויפגעטרעטן הרה״ג רבי שלמה לייב ניישלאס שליט״א, מראשי הישיבות פון קרית פאפא, און ארויסגעברענגט די גרויסע זכי' וואס דער רבי שליט״א האט אוועקגעגעבן דעם ליל שישי פאר די תושבי לינדען לחזק ולהתחזק אין אלע ענינים.
דערנאך האט מען געהערט דברי אלקים חיים פונעם רבי׳ן שליט״א, וועלכער האט גאר שטארק ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון זיך צוזאמהאלטן מיט די בני חבורה, ווי ווייט מ׳דארף אכטונג געבן אויף חינוך הבנים והבנות, תפילה בציבור און קדושת ביהמ״ד.
מען האט געזונגען לכבוד ראש חודש און דער רבי שליט״א האט געטיילט שיריים פאר אלע עסקנים פונעם ביהמ״ד.
עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה ווען מען האט געבענטשט ברכת המזון, און אלע תושבים זענען אריבער נעמען כוס של ברכה און מקבל זיין ברכת לחיים פונעם רבי׳ן שליט״א.











תגובות