עלעגאנטע "כינוס נדיבים" פאר תומכי מוסדות פאפא מאנסי אין שפיץ פון נשיא המוסדות האד' מפאפא
- לפני 6 ימים
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם דינסטאג איז אפגעהאלטן געווארן א עלעגאנטע מסיבה לטבות מוסדות פאפא מאנסי, וואו עס האבן זיך צונויפגעזאמלט א קבוצה נכבדה פון נגידים און תומכים, וואס דינען אלס דער פינאנציעלע רוקנביין פאר די מוסדות הקדושים דחסידי פאפא אין שטאט מאנסי.
די ועידה איז פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד ר' יוסף גרינוואלד הי"ו פון די חשובע חברי הקהלה און איז געווען גאר הערליך און עלעגאנט צוגערישט לכבוד העם הנאספים, ובראשם האט באשיינט דער נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וואס איז ספעציעל ארויסגעקומען קיין מאנסי לכבוד די מסיבה נהדרה. נאך א רייע דרשות האט מען געהערט א דעטאלירטן רעפאראט פונעם מוסדות בודזשעט, און עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה נלהבה דער רב הקהלה הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבד"ק פאפא מאנסי.
דערנאך האט מען מיט יראת הכבוד זיך צוגעהערט צו די דברות קודש פונעם נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וואו דער רבי האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' פון די משתתפים צו זיין שותפים אין די מוסדות וואו עס ווערן נתחנך הונדערטער תינוקת של בית רבן אויפן אויסגעטראטענעם דרך.
צום שלוס פונעם מסיבה זענען די נגידים דורך אל מול פני הקודש און איינציגווייז אונטערגעשריבן אויף די שטרות מיטן רבי'ן, וועלכער האט יעדן באזונדער אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות.


































תגובות