האד' מפאפא באזוכט די מחנות הקיץ און כשר'ט די מקוואות לקראת די זומער סעזאן
- לפני 14 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: לפני 24 שעות
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענע וואך האט כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א אפגערייזט קיין סוואן לעיק אינאיינעם מיט אחיו הגה"צ רבי אהרן גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא און די חברי הביד"ץ צו באזוכן די רשת מחנות הקיץ דחסידי פאפא און בטירחא דגופא אנגרייטן און כשרן די מקוואות לקראת די זומער סעזאן וואס הייבט זיך אט אן.
זייענדיג אין קעמפ האט זיך די רבי שליט"א אומגעקוקט אויף די מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן צווישן די אינגל און מיידל קעמפס, לרחוות די טונזנטער תלמידים ותלמידות אין מחנה קהילת יעקב פאפא.
נאך תפילת מנחה אין ביהמ"ד אברכים אינעם קעמפ האט זיך די רבי שליט"א און די פמליא ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק, לביתו נאווה קודש אין וויליאמסבורג.






