האד' מפאפא אפגעראכטן דערהויבענע סעודת מלוה מלכה בקרב חסידי פאפא אין שטאט לינדען
- Bechatzros admin
- לפני 11 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
חסידי פאפא אין לינדען זענען נאך אין די העכערע ספערן נאך דער ביקור קודש פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכער איז ארויסגעקומען קיין לינדען און אפגעראכטן די סעודת מלוה מלכה אינאיינעם עדת צאן מרעיתו די חסידים תושבי העיר.
אום 10:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען בשערי העיר, און באלד צוגעפארן צום בית המדרש דחסידי פאפא, וואו עס האבן אפגעווארט די צענדליגע חסידים תושבי המקום, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט געזינגען די זמירות כנהוג. נאכן טועם זיין פון די מאכלים האט די רבי פארטיילט שיריים פאר די עסקני הקהילה און די נדבני המלוה מלכה.
עס האט אויפגעטראטן איינער פון די חברי הקהילה הרה"ח ר' לוי יצחק פאשקעס הי"ו, וועלכע האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע ווארעמקייט און חסידישקייט מיט וואס די ביהמ"ד פירט זיך, דאס אלעס תחת דגלו והדרכתו פונעם רבי'ן, און די רגשי הכרת הטוב צום רבי'ן וואס עיניו ולבו שם כל הימים פאר די אויפבליה פונעם נייעם ישוב. דערנאך האט דער רבי געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש, דברי חיזוק והדרכה פאר די חשובע אינגעלייט וואו דער רבי האט ארויסגעהויבן די חשיבות פון זיך צוזאמקומען צו מלוה מלכה כמנהג חסידים ואנשי מעשה.
נאכן מלוה מלכה איז דער רבי צוגעפארן אויף א באזוך אין די נייע שטאטישע מקוה טהרה וואס ווערט געבויעט אין לינדען וואו די רבי האט געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די פארשיט צו פארענדיגן די מקוה ווי אמשנעסלטן לטהרתן של ישראל.











תגובות