חסידי פאפא פייערליך אפגעראכטן "סיום חצי הש"ס" געלערנט אין ראם פון חבורת "והגית"
מאנטאג פרשת לך לך • ח' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

שמחה גוררת שמחה, האבן חסידי פאפא משלב געווען דעם הייליגן יו"ט שמחת תורה, מיטן שמחת סיום תורה שבעל פה, ביים פייערליכער מעמד "סיום חצי ש"ס" וואס איז געלערנט געווארן אין ראם פון די בארימטע חבורה "והגית", ביי וועלכן מ'האט זיך משמח געווען בשמחה וחדוה עילאה בראשות מנהיג העדה ומייסד החבורה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א.
די חבורה "והגית" איז נתייסד געווארן עטליכע יאר צוריק דורך כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, מיט א מעגליכקייט צו לערנען אן "עמוד ליום" אדער א "דף ליום", וואס גייען אן מיט א געוואלדיגע הצלחה, און שליסט אן עדת חסידי פאפא פון אלע מקומות וואס הארעווען כסדר על התורה מיט קביעות עיתים און חודש'ליכע בחינות. אצינד האבן די חברי החבורה לומדי "עמוד ליום" זוכה געווען מסיים זיין "חצי ש"ס" נאכ'ן מסיים זיין מסכת קידושין, און לכבוד שמחת התורה איז אפגעראכטן געווארן דער פייערליכער מעמד בסיום, ביי וועלכן עס איז אפגעהאלטן געווארן דער התחלת לימוד סדר נזיקין, ביים אנהייבן מסכת בבא קמא.
דער מעמד איז אפגעפראכטן געווארן פאריגע וואך דאנערשטאג אינעם פראכטפולן "ברייטסטאן" קאמפלעקס אין ניו דזשורזי, און צענדליגער באסעס האבן געברענגט חסידי פאפא פון אלע מקומות, כולם באו נקבצו זיך משמח צו זיין בשמחת התורה. בראש המעמד האבן מפאר געווען הרבנים הגה"צ שליט"א רבני ודייני ק"ק פאפא, צווישן זיי בני וחתני כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, ובראשם דער מייסד החבורה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וואס האט באשיינט דעם מעמד במאור פניו, מיטהאלטנדיג פונדערנאנט דעם געוואלדיגן הרמת קרן התורה.
א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן לכבוד המעמד, און במשך דעם מעמד האבן די משתתפים נהנה געווען פון די רייכע פרקי שירה וזמרה דורך די משוררים בחצר הקודש, אינצווישן האט מען מקבל פנים געווען דעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר פונעם ריזיגן ציבור.
דער מעמד איז געעפענט געווארן דורך הר"ר יוסף ווידער שליט"א יו"ר חבורת והגית, און מיט'ן פארדינטן כבוד האט דער ציבור דאן געהערט די דברים נרגשים פונעם פטרון החבורה הרבני הנגיד ר' שלמה וועבער הי"ו, נוצר תאנה יאכל פרי.
א שטארקע דרשה האט מען דערנאך געהערט פון הרה"ג רבי יושע העשיל זיידנפעלד שליט"א, אליינס א בקי בכל הש"ס כולה, וועלכער האט איבערגעגעבן פאר'ן ציבור וויכטיגע עצות און הדרכות וויאזוי מ'קען קונה זיין תורה דורך כסדר'דיגע חזרות אויפ'ן ריכטיגן וועג.
אין א בחינה פון "קנאת סופרים תרבה חכמה" איז דערנאך אפגעהאלטן געווארן די אייגענארטיגע "בחינה פומבי" ווען רבי יושע העשיל איז ברבים פארהערט געווארן אויף כל הש"ס כולה דורך הרה"ג רבי משה טויבער שליט"א פון לינדען, און דער ציבור איז געזעסן מיט שפאנונג מיטהאלטנדיג ווי מאמרי חז"ל צעווארפן פון איבער גאנץ ש"ס גיסט זיך איינס נאכ'ן צווייטן.
דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן די דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט איבער דעם זמן מיוחד פון תיכף נאך די ימים טובים, ווען עס איז נאך שתפי מרחשין פון שמחת תורה, גלייך ממשיך צו זיין מיט חיזוק התורה, מקיים צו זיין דעם והגית בו יומם ולילה אן קיין התרשלות, מיט יראת שמים און מדות טובות, און אויסגעפירט מיט ברכת קדשו לכל העם הנאספים.
דאן האט מען ווידער געהערט דעם קורצן אבער גאר איבערראשענדער אויפטריט פון הנגיד ר' שלמה וועבער הי"ו פטרון חבורת והגית, איבער דעם פרישן מפעל לימוד חומש רש"י מדי שבוע בשבוע אין די ראמען פון מפעל והגית, אויף וועלכן עס וועט זיין צוגעגרייט וועכנטליכע בחינות, ומתן שכרה בצידה, בעידודו וברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א.
דער הויכפונקט איז געווען ביים סיום חצי הש"ס והתחלת חצי השני. מיטן "סיום מסכת קידושין" וחצי הש"ס איז מכובד געווארן הרבני הנכבד ר' יונתן בנימין ווייס הי"ו, וואס דער זכות הסיום איז אפגעקויפט געווארן דורך בנו הרבני הנכבד ר' חיים בנציון הי"ו. מיט "התחלת מסכת בבא קמא" וחצי ש"ס איז מכובד געווארן הרבני הנכבד ר' דוד באדאנסקי הי"ו, וואס דער זכות ההתחלה איז אפגעקויפט געווארן דורך בנו הרבני הנכבד ר' צבי פרץ הי"ו, ווען דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א איבערגעגעבן די ספעציעלע מתנות לאות הכרת הטוב פאר די פטרונים החשובים.
גלייך נאכ'ן סיום האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, און א לענגערע צייט האט מען זיך משמח געווען בשמחת התורה מיט א חדוה עילאה.
נאך א לענגערע צייט פון די פייערליכע ריקודין, האט מען געהערט די דרשה נפלאה פון הגאון רבי שמואל יודא בריסק שליט"א רב ביהמ"ד חיי עולם וראב"ד משפט ש"י, וועלכער האט מיט זיין בקיאות נפלאה געהאלטן דעם ציבור געשפאנט בדבריו הנחמדים איבער פארשידענע אקטועלע שאלות בעניני חושן משפט וואס ער האט צולייגט בטוב טעם ודעת, זייענדיג די פאסיגסטע התחלה אויף מסכת בבא קמא וואס איז עוסק בעניני חושן משפט.
נאך ברכת המזון איז דער ציבור זיך צוגאנגען מיט א געוואלדיגן התרוממות הנפש, אנגעהויפנט מיט באגאזשן פון חיזוק, ממשיך צו זיין בעסק התורה מיט א קביעות גמור.






























































































תגובות