top of page
זריזין מקדימין: האד' מסאטמאר באזוכט אין בית האופה אין קרית יואל צום אנהייב פון אפיית המצות סעזאן
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין די טעג ווען מען האט אנגעהויבן דעם מצות באקן סעזאן אינעם בית האופה דקהל יטב לב אין קרית יואל, ווען די מאסיווע פראדוקציע צו קענען נאכקומען די פארלאנג פון די מהודר'דיגע 'קרית יואל'ע מצות' לקראת חג הפסח הבעל"ט איז אין פולן שוואונג, איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אינעם בית האופה צו מיטהאלטן דאס מצות באקן און מפקח זיין אויף די ארבעט, זיכער צו מאכן אז אלעס גייט צו מיט די גרעסטע מאס הידורים וואס זענען איינגעש


שמחת הברית פון אייניקל ביי האד' מבית יצחק ספינקא אפגעראכטן בצל האד' מסאטמאר אין קרית יואל
דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש תושבי קרית יואל האבן פאריגע וואך דינסטאג זיך מיטגעפריידט בשמחתו פון כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, ביים שמחת הברית מילה פון אן אור-אייניקל וואס איז אפגעראכטן געווארן בהיכל ביהמ"ד הגדול, בצל הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. עס איז נכנס לבריתו של אאע"ה א טאפעלטער אור-אייניקל פון ספינקא רבי'ן שליט"א, בן הנולד ביי נכדו הר"ר ישכר דוב בעריש הורוויץ שליט"א, בן בנו הרה"ג רבי יהודה שליט"א, וחתן חתנו הרה"ג רבי ארי' מרדכי אר


חסידי סאטמאר אין בני ברק באוויינען פטירה פון הגאון החסיד הישיש רבי חיים שלום קליין זצ"ל מרבני ופני העדה
מאנטאג פרשת וירא • ט"ו חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי סאטמאר באוויינען די פטירה פון הגאון החסיד רבי חיים שלום קליין זצ"ל, מפארי וחשובי רבני ק"ק סאטמאר אין בני ברק, וועלכער איז היינט נאכמיטאג נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 90 יאר. דער חשובער נפטר זצ"ל איז געווען א דמות פון אן פארצייטישער איש חסיד, וואס האט נאך צוגעזען און געשעפט תורה ויראת שמים פון די צדיקי קדמאי. ער איז געבוירן י"ט תשרי בשנת תרצ"ז אין שטאט טעמישוואר אין ראמעניע צו זיין פאטער הרה"ח רבי ישראל קליין זצ"ל


ווידיאו • האד' מסאטמאר ביים תהילים שיעור בהיכל המתיבתא איבער די חומר האיסור פון אנטיילנעמען אין די בחירות
זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש


מאסן חסידים אונטערן רושם פון געהויבענער שמחת נישואין בחצרות סאטמאר - דושינסקיא
מוצאי שבת פרשת לך לך • י"ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעסווקי ברגשי גילה ושמחה האבן אלפי חסידים ואנשי מעשה זיך מיטגעפריידט ביי די גרויסע רבישע חתונה בחצרות סאטמאר - דושינסקיא, שמחת הנישואין פון החתן א זון פון הגה"צ רבי דוד דוב מדושינסקיא שליט"א רב דביהמ"ד אהל פיגא זון פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, עב"ג די כלה א טאכטער פון הרה''ג רבי יחזקאל דוד זינגער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סאטמאר וויליאמסבורג סניף "אהבת התורה


מרבים שלום: היסטארישע טעלעפאן געשפרעך אפגעהאלטן צווישן די שוואגערס האדמור"ים מסאטמאר און וויזניץ
דאנערשטאג פרשת לך לך • י"א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין א היסטארישע שריט,איז אין די לעצטע מינוטן אפגעהאלטן געוווארן א טעלעפאנישן געשפרעך צווישן די שוואגערס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, לרפואה שלימה, נאך א לענגערע צייט אפשניט, דאס קומט אין א צייט וואס דער וויזניצער רבי מוטשעט זיך, ווי באקאנט, מיט די ביטערע מחלה די לעצטע צוויי יאר. לויט די ערשטע דעטאלן האט דער טעלעפאנישער שמועס געדויערט עטליכע מינוט, און איז צוגעגאנגען אין א ווארעמער, ידידות'דיגער


האד' מסאטמאר שרייבט אותיות אין ספר תורה וואס וועט אריינגעגעבן ווערן דורך האד' גארליץ בעיר טשענגער אין אונגארן
מיטוואך פרשת לך לך • י' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש דעם מאנטאג בעת די זמני כניסה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אריבערגעקומען אויף א באזוך, דעם רבינס מחותן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א וואו עס איז דערביי פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס דער רבי שליט"א ומשפחתו הרוממה וועלן אריינגעגעבן דעם שב"ק פרשת תולדות אינעם נייעם ביהמ"ד שע"י הכנסת אורחים ד'טשענגער אין אונגארן. דער סאטמארער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה, און דערנאך פארפירט א שיינע שמ


גאווערנער פון ניו יארק פרוי האקול אויפגענומען ביי איינדרוקספולע אויפנאמע במעון הקודש פון האד' מסאטמאר
מיטוואך פרשת לך לך • י' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין מיטן ריכטיגן כבוד המלכות איז דעם מאנטאג אויפגענומען אין קרית יואל די הויכגעשעצטע גאווערנאר האוקול, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט שטייענדיג בעפאר די וואלן אין ניו יארק וואו דער גאווערנער לויפט פאר ווידערוויילונג. דער טאג האט זיך אנגעהויבן מיט א פייערליכן אויפנאמע אויפ'ן גרויסן באדן נעבן די בניני "בית רחל דקרית יואל", וואו די איבער זעקס טויזנט תלמידות פון די סאטמארע מוסדות האבן אפגעגעבן דעם


קרית יואל'ער קאנגרעסמאן פעט רייען באזוכט ביי האד' מסאטמאר צו די בעפארשטייענדע וואלן
מאנטאג פרשת לך לך • ח' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין די וואך דאנערשטאג איז אריבער געקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, קאנגרעסמאן פעט רייען, וועלכער פארטרעט די איינוואוינער קרית יואל צווישן זיינע אריבער א דריי פערטל מיליאן בירגער אינעם 18 דיסטריקט - אין וואשינגטאן. דער קאנגרעסמאן איז געקומען אין באגלייטונג פון פראמינענטע עסקנים און די הנהלת הקרי' אפצונעמען א ברכה פאר זיין ווידערוויילונג. דער רבי האט זיך צום ערשט באדאנקט פאר


צִלָּא דִּמְהֵימָנוּתָא • הערליכע יום טוב סוכות אין סאטמארער הויף
זונטאג פרשת לך לך • ז' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי. מ.


חזו בני חביבי: דרשת פתיחת זמן החורף דורך האד' מסאטמאר פאר אריבער 1500 תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים
זונטאג פרשת לך לך • ז' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין דעם דאנערשטאג נאכמיטאג האבן זיך די אריבער 1,500 תלמידי המתיבתא הקדושה אין קרית יואל פון אלע סניפים פארזאמלט אינעם ביהמ"ד ישמח משה אין קרת יואל צום מעמד פתיחת הזמן וואו דער ראש הישיבה כ”ק אדמו"ר מסאטמאר שליט”א האט משמיע געווען דעם “דרשת פתיחת הזמן” פאר אלע תלמידי הישיבה וועלכע האבן געשלינגען מיט דורשט די קלארע מוסר רייד פונעם באליבטן ראש הישיבה. דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וו


פייערליכער הכנסת ספר תורה בחצה"ק סאטמאר געשריבן דורך הרה"צ רבי חיים ערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט
דינסטאג פרשת בראשית - כ"ה תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער אלפי חסידי סאטמאר פון אומעטום, האבן דעם חול המועד סוכות מיטגעהאלטן דעם פרייליכן מאמענט פון שמחת התורה, ביים גרויסן מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס איז אפגעראכטן געווארן בהיכל ביהמ"ד הגדול דקרית יואל, געשריבן און אריינגעגעבן דורך נכדו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, הרה"ג רבי חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט, בן הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א. ווי שוין באריכטעט מיט א צייט צוריק,


ביקור חג: האד' רבי יאשיהו פינטו שליט"א גאב"ד מאראקא באזוכט אין קרית יואל און מאנסי לכבוד המועד
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג, ד' דחול המועד סוכות, איז האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט"א, גאב"ד מאראקא, אנגעקומען קיין קרית יואל, וואו ער האט צוערשט אפגעשטאט א באזוך במעון קדשו פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אין די סוכה בבית נאוה קדשו, לברך ולהתברך לכבוד המועד. דער רבי מיט'ן רב האבן פארצויגן א שיינעם שמועס אויף לשון הקודש, ווי מען האט ארומגעשמועסט איבער די חכמי מאראקא, די ראשונים און אחרונים וואס האבן דארט געוואוינט, ווי דע


געהויבענעם יום הכיפורים בצל האד' מסאטמאר בקרב חסידיו אין שטאט וויליאמסבורג
דינסטאג חול המועד סוכות • י''ח תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אויף א געהויבענעם שטיגער איז אפגעראכטן געווארן דער הייליגער טאג יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס האט ווי אין די פארגאנגענע יארן געפראוועט דעם גרויסן טאג בקרב ק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג. ערב יום כיפור אינדערפרי האט דער רבי שליט"א מקיים געווען דעם מנהג פון כפרות אין קרית יואל, און האט מפקח געווען אויף די סדרי השחיטה אינעם בית השחיטה המהודרת, וואו דער רבי האט אויך בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים אינעם ב


החכם יושב ודורש: טויזענטער ביי דרשת שבת שובה דורך האד' מסאטמאר דעם צום גדלי'
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש טויזנטער תושבי קרית יואל האבן זיך פארזאמלט צו די שבת שובה דרשה וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט משמיע געווען דעם דינסטאג צום גדלי' אין די נאכמיטאג שעות אינעם ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל וועלכע האט שווער געקענט אקאמאדירן דעם ציבור עצום וואס האט מיטגעהאלטן די דרשה פון רבי'ן שליט"א. לרגל די דרשה האט מען מסדר געווען די מניני מנחה ביי אלע זייטיגע שטיבלעך פון ביהמ"ד און די פאלישעס און פליגלען פון אלע זייטן זענען געעפנט געו


היסטארישע חפצי קודש מעזבונו פונעם ברך משה זי"ע פארבארגט צווישן ביידע סאטמארער הויפן
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש נאכפאלגנדיג די היסטארישע ירושה צוטיילונג און די נאכפאלגנדע אנטוויקלונגען להרבות שלום וריעות צווישן די סאטמארער הויפן, האבן האחים האדמור"ים מסאטמאר, פארבארגט איינער פארן אנדערן היסטארישע חפצי קודש מעזבונו פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, צו קענען זיך באנוצן דערמיט דורכאויס יום טוב, לעורר זכות אבות. די טויש איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת שובה אין שטוב פונעם לעגענדארע משב"ק בחצר הקודש סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו א


כבני מרון: האד' מסאטמאר באזוכט אין בארא פארק אויפצונעמען די חסידים לקראת די הייליגע טעג
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש ווי יאר יערליך איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק, וואו דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם ציבור חסידים לקראת די הייליגע טעג הממשמשים ובאים. מיטוואך נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען בחדרו הפרטי אין בית המדרש הגדול אויף די 53'סטע גאס, וואו מען האט אנגעהויבן די זמני כניסה, וועלכע זענען אריין כבני מרון לברך ולהתברך לקראת די ימי רחמים ורצון. בין הנכנסים איז אנגעקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי של


ערשטע סליחות בצל הגה"צ אבד"ק סאטמאר וומסב''ג שליט"א אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג | בילדער
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


שמחת הברית פון נכד הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א באשיינט מיט השתתפות פון גרויסן פעטער האד' מסאטמאר
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י א שיינער ציבור האט פארלאפענע וואך מיטוואך מיטגעהאלטן דעם שמחת הברית פון אן אור אייניקל ביי הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א, וואס איז באשיינט געווארן מיט דער פערזענליכער השתתפות פונעם גרויסן עלטער-פעטער כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. עס איז נכנס לבריתו של אאע"ה בן הנולד ביי אן אייניקל פונעם רב שליט"א, הרב שמעון טייטלבוים שליט"א, בן לחתנו הגה"צ רבי חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאסוב, בנו הגדול פון


היסטארישע זיצונג פון גדולי אדמורי"ם וראשי ישיבה אין ווייסן הויז; כסדר'דיגע נייעס בילדער און לייוו אפדעיטס
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש פאראייניגטע מכתב פון גדולי העסקנים למען קברי הצדיקים באייראפע צו האדמו"ר מבאבוב צו די היינטיגע באזוך אין וואשינגטאן. דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש די פרעזידענטליכע מטבע וואס פרעזידענט טראמפ יר"ה האט פארטיילט פאר די אנוועזנדע גדולי ישראל. 3:55 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש האדמו"ר מסאטמאר ביים פארלאזן די ווייסע הויז. 3:50 | דאנערשטאג נצ


bottom of page

