שמחת הברית פון נכד הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א באשיינט מיט השתתפות פון גרויסן פעטער האד' מסאטמאר
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י
א שיינער ציבור האט פארלאפענע וואך מיטוואך מיטגעהאלטן דעם שמחת הברית פון אן אור אייניקל ביי הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א, וואס איז באשיינט געווארן מיט דער פערזענליכער השתתפות פונעם גרויסן עלטער-פעטער כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
עס איז נכנס לבריתו של אאע"ה בן הנולד ביי אן אייניקל פונעם רב שליט"א, הרב שמעון טייטלבוים שליט"א, בן לחתנו הגה"צ רבי חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאסוב, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ רבי נתן דוד אשכנזי מאלעסק סטאניסאוו לינדען שליט"א.
דער שמחת הברית איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענע וואך מיטוואך, דער טאג וואס איז געווען באשטימט אז דער רבי שליט"א וועט קומען קיין בארא פארק אויפצונעמען דעם ציבור לקראת הימים נוראים. דער רבי שליט"א האט מקדים געווען צו קומען אין די פריע מיטאג-שטונדן און איז גלייך צוגעפארן צום סאטמארער ביהמ"ד אויף די 15'טע עוו., וואו דער רבי שליט"א האט באשיינט דעם שמחת הברית, און נאכ'ן זיין סנדק ומוהל האט דער רבי שליט"א געזאגט די ברכות וקריאת השם.
נאכ'ן ברית האט דער רבי שליט"א געפרעוועט א מסיבת לחיים און פארברענגט בנועם שיח מיט אחיו דער עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א. דערביי האט דער רבי שליט"א געוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה און די געהויבענע זיידעס שליט"א.
פון דארט איז דער רבי שליט"א ערשינען בהיכל הכולל "דברי יואל דסאטמאר", וואו דער רבי שליט"א האט כמדי יום ביומו אין די לעצטע וואכן פארגעלערנט א טיפן שיעור פלפול אין די סוגיא פון "חצי שיעור", אויף וואס דער רבי שליט"א וועט זאגן די שבת שובה דרשה קומענדיגן מאנטאג, צום גדלי'.
די הונדערטער לומדים האבן מיטגעהאלטן די נעימות'דיגע חידושים, און נאכ'ן שיעור איבערגעפרעגט און זיך מפלפל געווען מיט'ן רבי'ן שליט"א במשך א לענגערע צייט.





































תגובות