top of page
רגש קודש ביי רבבות חסידי סאטמאר צו ווידער-באנייען דעם נאסטאלגישן ביהמ"ד הגדול סאטמאר דעם א' סליחות
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש אלופי אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר זענען ארומגענומען מיט א התעוררות דקדושה, וגילו ברעדה, נאכדעם וואס מען האט זוכה געווען צו "ושמחתים בבית תפלתי", אריינצוטרעטן ביום א' סליחות אינעם בית ה', דעם הייליגן נאסטאלגישן בית מדרשו של רבי, בית המדרש הגדול אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, דער צענטראלער בית גדול וקדוש, תל תלפיות וגולת הכותרת, שהתפללו בו צדיקי בית סאטמאר למעלה מיובל שנים, לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו כולו אומר כבוד, צום באניי


קורצע באזוך און מסיבת קבלת פנים פאר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט לעיקוואוד
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם מיטוואך פ' תבא, האבן תלמידי וחסידי סאטמאר אין לעיקוואוד, געהאט די זכי' צו מקבל זיין פני כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער איז אריבערגעקומען אין שטאט לרגל דער חתונה בבית הרבני הנגיד בנש"ק הרב שמואל ישעי' פריעדמאן שליט"א, און דערביי אויך אפגעשטאט א בליץ באזוך אין דער שכונה אויף א קורצן מסיבת קבלת פנים לטובת די מוסדות. אנקומענדיג אין שטאט איז דער רבי שליט"א באלד צוגעפארן צו א מסיבת קבלת פנים לטובת מוסדות סאטמאר אי


ווידיאו • א' סליחות בצל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


היסטארישע זיצונג פון גדולי אדמורי"ם וראשי ישיבה אין ווייסן הויז; כסדר'דיגע נייעס בילדער און לייוו אפדעיטס
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש פאראייניגטע מכתב פון גדולי העסקנים למען קברי הצדיקים באייראפע צו האדמו"ר מבאבוב צו די היינטיגע באזוך אין וואשינגטאן. דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש די פרעזידענטליכע מטבע וואס פרעזידענט טראמפ יר"ה האט פארטיילט פאר די אנוועזנדע גדולי ישראל. 3:55 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש האדמו"ר מסאטמאר ביים פארלאזן די ווייסע הויז. 3:50 | דאנערשטאג נצ


אדמורי"ם-וויזיט אין ווייסן הויז צייכנט אפ היסטארישע געשעעניש אין מלכות של חסד אמעריקע | אויספירליכע דעקונג
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דער חרד'ישער אידנטום איבער דער גארער וועלט האט דראמאטיש נאכגעפאלגט די מלכות'דיגע אויפנאמע וואס איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין ווייסן הויז, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אין אן אויסערארדנטליכן שריט אויפגענומען ביי זיך אין פאלאץ א דעלעגאציע פון גדולי האדמורי"ם וראשי ישיבות פון אמעריקע, וועלכע האבן געהאט די מעגליכקייט צו ברענגען פאר'ן פרעזידענט די צרכי עמך ישראל מרובים, און צוגלייך באדאנקען דעם חסיד אומות ה


בשלום אחיך: רבנישע זיצונג אין ווייסן הויז פארוואנדלט אין היסטארישע באגריסונג צווישן האחים האדמורי"ם מסאטמאר
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש שלום רב לאוהבי תורתך, וישאלו איש לרעהו לשלום! די חסידי'שע וועלט לעבט מיט היסטאריע ווען דער באזוך פון די גדולי האדמורי"ם ביים אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה אין ווייסן הויז איז פארוואנדלט געווארן אין א היסטארישע שריט פון שלום ואחדות צווישן די רועי ישראל כ"ק האחים האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א, וועלכע האבן, אנקומענדיג צום ווייסן הויז זיך ווארעם באגריסט מיט א פריינטליכע ברידערליכקייט ואהבה ואחוה. די געשרפעך פון טאג ביים היימיש


טויזנטער חסידים לעבן מיט שמחה בבית צדיקים ביי חתונה פון נכד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער סאטמארער חסידים האבן זיך מיטגעפרייט דעם מאנטאג נאכט פ' נצבים וילך ביי דער געהויבענער שמחה בבית צדיקים, די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן בקול רנה ותודה המון חוגג אין די זאלן פון "עטרת אברהם" אין וויליאמסבורג. עס איז געגאנגען אונטער דער חופה בשעטומ"צ, החתן, זון פונעם רבינס איידעם הרה"ג רבי יואל שמעון פריעדמאן שליט"א, בן הגה"צ רבי ירמי' פריעדמאן שליט"א דומ"ץ שאפרא


וויכטיגע אסיפה דורך טשאפלעינ'ס פון פעדעראלע אמעריקאנע תפיסות ביי האד' מסאטמאר צום בעפארשטייענדן טראמפ אוידענץ
מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש א וויכטיגע באזוך איז היינט מאנטאג נאכמיטאג אפגעהאלטן געווארן בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג, דורך א צאל פראמינענטע אידישע רבנים און טשאפלעינס פון פעדעראלע תפיסות איבער אמעריקע, שטייענדיג בלויז עטליכע טעג אפגערוקט פונעם היסטארישן אוידענץ וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה וועט האבן מיט א צאל גדולי האדמורי"ם וראשי ישיבות פון אמעריקע. די טשאפלעינס האבן פארגעלייגט פאר'ן רבי'ן דעם שווערן מצב


גראנדיעזע איבערבוי פראיעקט אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר טרעט אריין אין לעצטע פאזעס לקראת די הייליגע טעג הבעל"ט
מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע זומער וואכן איז אנגעגאנגען דער העפטיגער "פלטרין של מלך" בוי פראיעקט בהיכל בית המדרש הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג, בית מדרשו של רבי, וואו מען גאלאפירט פאראויס מיט א שנעלן אימפעט לפאר, לרומם ולהדר אלצדינג בפנים חדשות, אויף וואס עדת חסידי סאטמאר קוקט שוין ארויס בכליון עיניים. אין די יעצטיגע פאזע פונעם פראיעקט איז די עלעקטעריק ארבעט אינעם גאנצן היכל בית המדרש הגדול שוין פולקאם פארענדיגט געווארן. אזוי אויך איז די


מסיבת הכרת הטוב פאר תלמידי ישיבה קטנה סאטמאר קרית יואל דורך מפעל הכביר "שקל הטהור" מיסודו פון האד' מסאטמאר
מוצאי שבת פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שאט די דאט א גייסטרייכע מסיבת הכרת הטוב איז פארגעקומען פארגאנגענעם וואך פאר די הונדערטער תלמידי ישיבה קטנה ד'סאטמאר קרית יואל, לאות הכרה פארן צונויפקלייבן ריזיגע סכומים לטובת דעם פערזענליכן קאסע פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י, קופת "שקל הטהור" להחזקת המוסדות על טהרת הקודש בארה"ק, אין די קאמפיין טעג ארום די יומדהל"ק כ"ו אב העעל"ט. דער מעמד איז פארגעקומען אויף גאר א פראכטפולער און עלעגאנטער פארנעם אין די '


נקראים אל המלך: אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ געלאדנט גדולי האדמור"ים צום ווייסן הויז
מוצאי שבת פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש די חסיד'ישע וועלט נעמט אויף מיט איבערראשנדע שפאנונג די היסטארישע אנטוויקלונג בבית המלכות אין עיר הבירה וואשינגטאן, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אפגעשיקט א פערזענליכע איינלאדענונג צו די גדולי האדמור"ים אין אמעריקא, אויף א פריוואטע זיצונג דעם ענדע וואך אינעם ווייסן הויז. אין די לעצטערע טעג איז אנגעקומען די קעניגליכע הזמנות צו האחים האדמור"ים מסאטמאר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א,


הייליגע אוצר פון כלי כסף וזהב מעזבון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע צוטיילט צווישן אלע זיבן קינדער און איידימער
פרייטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי ברייט באריכטעט איז דעם דאנערשטאג כי תבוא אפגעהאלטן געווארן די גורל וחלוקת הירושה אויף די הייליגע אוצר פון הונדערטער כלי כסף וכל זהב מעזבונו פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע וואס איז אייניג צעטיילט געווארן צווישן אלע זיבן קינדער, סיי די זין און סיי די טעכטער. די סך הכל פון 302 חפצים יקרי ערך, וואס רעכנט זיך צאם צו אן אסטראנאמישע סך הכל סומע פון איבער דריי מיליאן דאלאר, נעמט אריין א לאנגע רשימה פון פילצאליגע סארטן זילבער ש


נחלת שבעה: צווייטע פאזע פון היסטארישע חלוקת הירושה אין סאטמאר; כלי כסף וזהב ווערט צוטיילט צווישן אלע זיבן קינדער
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א פרישע דראמאטישע ווענדפונקט אין די היסטארישע אין די "חלוקת הירושה" פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, וועט מארגן דאנערשטאג כי תבוא אפגעהאלטן ווערן די גורל וחלוקת הירושה אויף די הייליגע אוצר פון הונדערטער כלי כסף וכל זהב וואס וועט אייניג צעטיילט ווערן צווישן אלע זיבן קינדער, סיי די זין און סיי די טעכטער. דאס קומט נאך עטליכע חדשים פון די ערשטע היסטארישע גורל וחלוקת הירושה, וואס איז צושטאנד געקומען דורכ'ן דינאמישער איש חי


רירנדע "כינוס המצילים" נעמט צונויף געטרייע ארבייטער און עקסנים אינערהאלב הצלה מגיוס אפיסעס שע"י קרן ויואל משה
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש פאריגע וואך מיטוואך פרשת כי תצא למלחמה איז פארגעקומען א זעלטענע 'כינוס המצילים' בראשות הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א, וואס האט צוזאמגענומען אונטער איין דאך קרוב צו 60 געטרייע מיטארבייטער פון די 'קרן ויואל משה' אפיסעס ברחבי ארצינו הקדושה, די כינוס איז געווען מיוחד מחזק צו זיין די גרעסטע מצילי נפשות בדורינו וואס זענען פארנומען יומם ולילה מיט די עבודת הקודש פון ראטעווען צענדליגער טויזנטער נשמות מישראל נישט אריינצופאלן אין די


געהויבענע באזוך פון האד' מסאטמאר אין קרית יטב לב לאזט איבער רישומא דקדושה אויף תושבי העיר זקנים עם נערים
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש א דערהויבענע באזוך איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם וואך דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יטב לב אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א אבד"ק קרית יטב לב וואס איז נישט לאנג צוריק אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא אין שטאט. דער רבי איז צוערשט אנגעקומען אין תלמוד תורה וואו די תלמידים האבן אפגעווארט דעם רבי'ן און עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד קבלת פנים לכבודו ביי וועלכן די קינדער האבן געזונגען ספעציעלע חרוז


דריי מיליאן דאלער אויפגעטריבן ביי פילאנטראפישע באנקעט אפצוקויפן דעם בנין גדול ומפואר פון די נייע סאטמארער מתיבתא
זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר אומעטום נעמען אויף מיט שמחה׳דיגע איבערראשונג די וואונדערליכע אנטוויקלונג להרחיב גבולי הקדושה, ווען די הנהלה פון די נייע מתיבתא תורה ויראה ד׳סאטמאר, ובראשם הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, זענען אריינגעשפרינגען בעזר השם אין א מולטי מיליאן דאלער אונטערנעמונג אפצוקויפן דעם הערליכן בנין גדול ומפואר פון די סאטמארער ״מתיבתא״ וואס איז סטאנציאנירט אין שטאט מאנסי. שטייענדיג נאך אינעם ערשטן יאר זינט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א


ווידיאו • מעמד הנחת אבן הפינה פארן בנין החדש 'שפע יואל' אין מחנה רב טוב סאטמאר
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


גראנדיעזע מעמד הנחת אבן פינה אין סאטמארער יונגל קעמפ "מחנה יהודה" אין נעפאנעק געפייערט דורך אלפי תלמידי המחנה
מיטוואך פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער - שאט די דאט מיט גרויס פייערליכקייט איז פארלאפענעם זונטאג געפראוועט געווארן דער מעמד הנחת אבן הפינה פארן שפאגל נייעם בנין חדר האוכל אין סאטמאר'ס ערשטע קעמפ, מחנה רב טוב – מחנה יהודה, אין שפיץ כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און מיטן השתפפות כבוד פון די נדיבי המחנה וועלכע האבן אפגעקויפט זכותים אדירים ונשגבים אינעם בנין החדש. דער ביז יעצטיגער חדר אוכל, וואס איז געבויט געווארן גאנצע זיבעציג יאר צוריק מיטן


הרב יהודה זשעראמי שליט"א הויפט רב פון איראן באזוכט ביי האד' מסאטמאר
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם ליל שישי איז דער הויפט רב פון איראן הרה"ג רבי יהודה זשעראמי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די אכסניא פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, אין באגלייטונג פון א דעלעגאציע חברי הנהלת "רב טוב", ביי וועלכן דער איראנער רב האט איבערגעגעבן א באריכט איבער זיינע פעולות פון הרבצת התורה פאר אחינו בני ישראל אין איראן. דער רבי שליט"א האט אים גאר ווארים אנטפאנגען, און זיך פאראינטרעסירט איבער דעם מצב פון אידן אין איראן, דער הויּ


פראכטפולער מעמד סיום מסכתות וחלוקת הפרסים אין תלמוד תורה נעץ "תורה ויראה" בארה"ק
דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי הונדערטער בני ירושלים און מיטגלידער פון די קהילה הק' 'תורה ויראה' האבן דער פארלאפענער ליל שישי לסדר 'ראה אנכי נותן לפניכם' געשטראמט צו די אפגעדינגענער שול פון בית מדרש הגדול דחסידי תוא"י מיטצוהאלטן א מעמד הוד פון סיומי מסכתות בבא קמא און בבא מציעא פון די ילדי תלמוד תורה 'תורה ויראה' פון כיתה ה' און העכער. דער מעמד האט געדינט אלץ מעמד סיום, אבער איז געווען א דירעקטער המשך פון א היסטארישע מעמד הפארהער, ו


bottom of page
