טויזנטער חסידים לעבן מיט שמחה בבית צדיקים ביי חתונה פון נכד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 4 דקות
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

טויזנטער סאטמארער חסידים האבן זיך מיטגעפרייט דעם מאנטאג נאכט פ' נצבים וילך ביי דער געהויבענער שמחה בבית צדיקים, די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן בקול רנה ותודה המון חוגג אין די זאלן פון "עטרת אברהם" אין וויליאמסבורג.
עס איז געגאנגען אונטער דער חופה בשעטומ"צ, החתן, זון פונעם רבינס איידעם הרה"ג רבי יואל שמעון פריעדמאן שליט"א, בן הגה"צ רבי ירמי' פריעדמאן שליט"א דומ"ץ שאפראן, עב"ג די כלה א טאכטער פון הרה"ג רבי ברוך יודא הלברשטאם שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק טשאקאווא וויליאמסבורג זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מקאזלאוו שליט"א.
היות דאס בית המדרש הגדול סאטמאר אויף ראדני סט. איז די לעצטע שטיק צייט אריבער בוי קאנסטראקציע צו פארענדיגן דעם ביהמ"ד, איז די חתונה און אזוי אויך דער שבת של שמחה אריבערגעפירט געווארן צו אנדערע לאקאלן אנדערש ווי געווענליך וואס מ'פראוועט עס אינעם היכל בית המדרש הגדול.
דער שבת אויפרוף איז פארגעקומען אין ביהמ"ד "תהלות יואל" דסאטמאר אויף ראטלידזש סטריט, וואו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט מעריך געווען דעם גאנצן סידורו של שבת, אויף א דערהויבענעם שטייגער
מאנטאג ביום החופה איז דער קבלת פנים פארגעקומען אין זאל פון "ויואל משה" און דערנאך דער מעמד החופה אין הויף פון דער ת"ת, וואס האט נאךגעפאלגט מיט די סעודה ומשתה וריקודין אין די זאלן פון "עטרת אברהם" אין וויליאמסבורג.
נאך דער ריי ניגוני התעוררות ביים מעמד הקבלת פנים האט מען געהערט דברי כיבושין והתעוררות פון הר"ר שמואל ביקל הי"ו, מחשובי חברי כולל תורה ויראה דסאטמאר, וועלכער האט מעורר געווען מיט חרוזים איבער דער געהויבנקייט און סגולה פון אט די הייליגע מאמענטן, און דערמאנט די הייליגע זיידעס פון די חתן־כלה, קדושי עליון, וואס קומען אראפ זיך משתתף צו זיין בשמחת צאצאיהם. נאך'ן קבלת פנים איז דער רבי שליט"א און די מחותנים שליט"א ארויס צום "באדעקן", און מען האט אנגעטון דעם קיטל פאר'ן חתן.
דער מעמד החופה איז פארגעקומען אויפן פארקינג לאט נעבן תלמוד תורה, וואו די פילע תלמידים וחסידים זענען געשטאנען צו דער זייט צו וויליאמסבורג סטריט און די נשים צדקניות צו דער זייט פון בעדפאורד עוועניו. בשעת די חופה האט דער רבי שליט"א געהאלטן די היסטארישער שטעקן פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס איז נישט לאנג צוריק געפאלן בחלקו אין די חלוקת הירושה מעזבונו פון אביו הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, דער זיידע פונעם חתן. די עדי קידושין זענען געווען הגה"צ טאהשער דיין שליט"א און הגה"צ דומ"ץ באבוב45 שליט"א פון וויליאמסבורג. מיט כתובה לייענען איז מכובד געווארן הגה"צ שאפראנער דיין שליט"א, זיידע פונעם חתן. די ברכות זענען צעטיילט געווארן צווישן הגה"צ זענטער רב שליט"א, עלטער פעטער פונעם חתן; הגה"צ ר' יעקב הערש פריעדמאן שליט"א, עלטער פעטער פונעם חתן; הגה"צ ביסטריצער רב שליט"א, עלטער פעטער פונעם חתן; הגה"צ אב"ד דברי משה שליט"א פון ירושלים, עלטער פעטער פון דער כלה; הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, פעטער פון דער כלה, און ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מקאזלאוו שליט"א, זיידע פון דער כלה.
נאכן חופה האט מען זיך צוגעהערט צו די ברכת הקודש פון רבי'ן שליט"א, און נאך דעם הילכיגן "אמן" איז זיך דער עולם פארגאנגען אין פרייליכע טענץ.
די "סעודת החתונה" איז געווען צוגעשטעלט אין די פראכטפולע זאלן פון "עטרת אברהם". באלד נאך דער סעודה האבן זיך דארט אנגעהויבן די פייערדיגע ריקודין און געהויבענע טענץ, בקול ששון ובקול שמחה ביים אנטפאנגען דעם ראש בית אב, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און דערנאך דעם חתן שליט"א.
א לענגערע צייט האט מען זיך משמח געווען בתופים ובמחולות. אויך איז מען אריבער ווינטשן לחיים פאר'ן רבי'ן שליט"א און די מחותנים, לברך ולהתברך בעידן חדוותא, לויט'ן ספעציעלן איינגעשטעלטן סדר, צום ערשט עלטערע אידן, אנשים מכובדים און נאכדעם די יונגעלייט.
נאך די ריקודין איז מען צוגעטרעטן צו ברכת המזון און שבע ברכות. נאך א קורצע הפסקה האט מען געבענטשט, געזאגט די שבע ברכות, און באלד דערויף צוגעטרעטן צו די געהויבענע מצוה טאנץ.
הרה"ח ר' יושע ברוך גראס הי"ו האט אויפגערופן מיט הערליכע רעיונות, מלאים רגש, די זיידע דער רבי שליט"א, וועלכער האט דערנאך געטרונקען לחיים און בעת דער ציבור האט זיך גענומען זינגען דעם התעוררות'דיגן ניגון "אני מאמין בביאת המשיח" איז דער רבי אראפ צום אונטן פון זאל צו דער מצוה טאנץ, און ווי תמיד איז די באקאנטע "זעקסטע הקפה ניגון" געזונגען געווארן מיט אויסטערלישן התרגשות און דביקות, בעת דער רבי שליט"א, אנגעכאפט מיט זיינע קינדער, געשוויסטער און מחותנים שליט"א, פארגייט אין פייערדיגע טענץ לפני הכלה.
מחיל אל חיל, האט דער עולם פריש אויסגעבראכן אין לעבעדיגע טענץ ווען דער רבי שליט"א האט אנגענומען ביי דער האנט דעם חתן שליט"א, און מיט אן אויסטערלישן רגש, ארומגעלאפן דעם גאנצן ריזיגן רינג ארום דעם זאל.
דערנאך האט דער רבי שליט"א אויך אריינגענומען אין טאנץ דעם מחותן, חתנו כבנו הרה"ג רבי יואל שמעון שליט"א. עקסטער האט דער רבי שליט"א געטאנצט מיט אחיו הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א מיט גיסו כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, דערנאך מיט די אלע קינדער און אייניקלעך, די זרע ברך ה', און מיט די שוואגערס, די קינדער פון הגה"צ אבד"ק ביסטריץ זצ"ל.
נאך'ן רבינ'ס מצוה טאנץ האט מען ווייטער פארגעזעצט מיט'ן אויסרופן די זיידעס און מחותנים. הגה"צ דומ"ץ שאפראן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקאזלאוו שליט"א, דער עלטער פעטער הגה"צ אב"ד דברי משה שליט"א פון ירושלים, די מחותנים און חתן וכלה.
אין די שפעטע נאכט שטונדן האט זיך געשלאסן די געהויבענע רבי'שע חתונה, אנגעפילט מיט השפעות טובות, מרומם על כל ברכה ותהלה.















































תגובות