וויכטיגע אסיפה דורך טשאפלעינ'ס פון פעדעראלע אמעריקאנע תפיסות ביי האד' מסאטמאר צום בעפארשטייענדן טראמפ אוידענץ
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

א וויכטיגע באזוך איז היינט מאנטאג נאכמיטאג אפגעהאלטן געווארן בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג, דורך א צאל פראמינענטע אידישע רבנים און טשאפלעינס פון פעדעראלע תפיסות איבער אמעריקע, שטייענדיג בלויז עטליכע טעג אפגערוקט פונעם היסטארישן אוידענץ וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה וועט האבן מיט א צאל גדולי האדמורי"ם וראשי ישיבות פון אמעריקע.
די טשאפלעינס האבן פארגעלייגט פאר'ן רבי'ן דעם שווערן מצב פון אחב"י יושבי חושך וצלמות, און די פארשידענע סארט הילף און פארלייכטערונגען וואס איז שייך צוצושטעלן, מיט די נויטיגע קשרים און אוזן קשבת ביי די הויכע פענסטערס אין וואשינגטאן, און דערביי געבעטן דעם רבי'ן אויסצונוצן דעם שעת הכושר ביים באזוך בבית המלך, צו שתדל'ן למען אסירי ישראל.
ביים באזוך האט זיך אויך באטייליגט דעם רבי'נס זון הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, וועלכער טוט אסאך למען אסירי ישראל, און ראשי סאטמארער עסקנים ושתדלנים, צווישן זיי הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן, הרה"ח ר' אברהם יהושע פריינד, און נאך.
די טשאפלעינס האבן אויפגעברענגט די מעגליכע הילף וואס איז שייך צו שענקען פאר די ארעסטאנטן, און ווי אזוי מ'קען זיי פארלייכטערן און פאברעסערן זייערע אומשטענדן אין תפיסה, ערלויבן מער וויזיטס, אהיימקומען אויף שמחות, וכדומה, וואס דאס אלעס איז וויכטיג אז דער פרעזידענט זאל הערן, און ער זאל האבן דעם אוזן קשבת דאס צו ערלעדיגן.
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף אלע פרטים און זיך פאראינטערעסירט איבער די אלע חשוב'ע פעולות פון די טשאפלעינס, און דערביי פארשפראכן פאר זיי דאס אויפצוברענגען ביים באזוך ביים פרעזידענט דעם קומענדיגן דאנערשטאג, און דערביי גאר ווארעם געוואונטשן און ארויסגעהויבן זייערע אומערמידליכע לייסטונגען למען אסירי ישראל.











תגובות