top of page
היסטאריש: האד' מוויזניץ איז ממנה בנו יקירו הגה"צ רבי יעקב מרדכי שליט"א אלס אבד"ק ורב דחסידי וויזניץ בארה"ב
מאנטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי וויזניץ ברחבי תבל זענען איינגעהילט אין שטורמישע געפילן, מיטן ערהאלטן די היסטארישע נייעס וואס ווערט בליץ שנעל צושפרייט צווישן די חסידים אומעטום, אז רעיא מהימנא קדישא מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה האט באשלאסן אויפצונעמען זיין בן זקונים הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א לעמוד ולשרת בשם השם, אלס רב ואבד"ק דחסידי וויזניץ בערי ארצות הברית וקאנאדע, צו זיין דער איש על העדה פון די וויזניצער קהילות און מוסדות מעבר לים, ועל


קישור החיתון פון החתן אור-אייניקל פון האד' מסקווירא מיט הכלה בת הרה"ג ר' יעקב יוסף גאלדמאן שליט"א דומ"ץ סקווירא מאנסי
זונטאג פרשת ויצא • ו' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN פארלאפענעם מיטוואך נאכט איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אן אייניקל פון זיין זון הגה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א, איידעם ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה, די חתן א זון פון זיין זון הרב ישעי' משולם זוסיא טווערסקי שליט"א, און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מליעזש ראדוואן שליט"א פון לאנדאן, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יעקב יוסף גאלדמאן שליט"א דומ"ץ ס


ווידיאו • שמחת התנאים פון אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפו"ש
מוצאי שבת פרשת תולדות • ד' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש


האד' מוויזניץ וועט פארלאזן מושב אורה; פולקאמע שפיטאל איינגעריכטעט במעון קדשו אין קרית וויזניץ
דינסטאג פרשת תולדות • ל' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בשעת כלל ישראל איז מפציר בתפלה ותחנונים לרפואתו המהירה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א רבי ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש, וועלכער איז ליידער גאר שטארק אפגעשוואכט די לעצטע תקופה, והוא מחולל מפשעינו, וועט דער רבי שליט"א מארגן מיטוואך ענדגילטיג פארלאזן מושב אורה, און זיך אהיימקערן לביתו נאוה קודש אין קרית וויזניץ, וואו דער רבי וועט ווייטער באהאנדלט ווערן אונטער די שטענדיגע אויפזיכט פון א שטאב דאקטוירים. דורכאויס די לעצטע צוויי יאר זינ


האד' מוויזניץ וומסב"ג ערווארטעט צוגאסט אין ארה"ק לרגל השמחה במעונו; שבת שבע ברכות אין קרית וויזניץ בני ברק
דינסטאג פרשת חיי שרה • כ''ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי וויזניץ אין ארץ הקודש גרייטן זיך מקבל פנים צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער וועט קומענדיגן פרשת וישלח אנקומען צוגאסט אין ארץ הקודש, צוזאמען מיט הונדערטער חסידים וועלכע גרייטן זיך מיטצוהאלטן די געהויבענע נסיעה, פון וואס דער הויכפונקט וועט זיין די שמחת החתונה פונעם רבינס אייניקל, און די נאכפאלגנדע שבת שבע ברכות וואס דער רבי וועט פראווען אין קרית וויזניץ בני ברק, בצוותא חדא מיט שאר בשרו מרן א


גייסטרייכע אבן הפינה פאר נייעם ביהמ"ד ישועות משה וויזניץ אין אשדוד אפגעראכטן בצל האד' מוויזניץ אין מושב אורה
מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך במעון הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין מושב אורה איז דעם דאנערשטאג פארגעקומען א שיינעם מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע וויזניצער ביהמ"ד "ישועות משה" אין אשדוד, ביי וועלכן די יונגעלייט מתפללי הביהמ"ד האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן שעות של קורת רוח בצל הקודש, אלס אנערקענונג פאר זייער ביישטייערונג מיט ריזיגע סכומים, צו קענען אנהייבן די בוי-ארבעט פונעם נייעם בנין בית מקדש מעט. נאך תפילת מנחה אינא


אלפי חסידי וויזניץ מיטגעהאלטן שמחת הנישואין פון נכדת הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א
זונטאג פרשת חי' שרה • כ''א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר אין די וויזניצער הויף איז פאריגע וואך געפראוועט געווארן די חתונה הרוממה פון א אייניקל ביים ראש ישיבה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א, די כלה, א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ ר' בנציון מייזליש שליט"א, זון פון הגה"צ גאב"ד קרית באבוב בת ים שליט"א, מיטן חתן, א זון פון הרה"צ ר' ישראל שטערנבוך שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא לאנדאן שליט"א. די שמחה


מרבים שלום: היסטארישע טעלעפאן געשפרעך אפגעהאלטן צווישן די שוואגערס האדמור"ים מסאטמאר און וויזניץ
דאנערשטאג פרשת לך לך • י"א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין א היסטארישע שריט,איז אין די לעצטע מינוטן אפגעהאלטן געוווארן א טעלעפאנישן געשפרעך צווישן די שוואגערס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, לרפואה שלימה, נאך א לענגערע צייט אפשניט, דאס קומט אין א צייט וואס דער וויזניצער רבי מוטשעט זיך, ווי באקאנט, מיט די ביטערע מחלה די לעצטע צוויי יאר. לויט די ערשטע דעטאלן האט דער טעלעפאנישער שמועס געדויערט עטליכע מינוט, און איז צוגעגאנגען אין א ווארעמער, ידידות'דיגער


בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ • יום טוב סוכות בחצר הקודש וויזניץ
מוצאי שב"ק פ' בראשית • כ"ט תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, שוקי ללר


יום קודש הוא: טויזנטער חסידים מיטגעהאלטן יום הכיפורים בצל האד' מוויזניץ
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', האבן רבבות חסידי וויזניץ מיטגעהאלטן דעם דערהויבענעם און געהויבענעם יום הקדוש בצל הקודש פון רבם ומאורם מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, ווען מען האט זוכה געווען מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס עבודת הקודש דורכאויס דעם הייליגן טאג, וואו דער רבי שליט"א האט טראץ זיין שוואכקייט מיטגעהאלטן און פארגעדאווענט די תפילות מיט העכערע כוחות, בפרט ביי א טייל פון די תפילות ווען דער רבי האט זיך אנ


בשורה טובה: הארץ פראצעדור ביי האד' מוויזניץ דורך מיט הצלחה
דינסטאג פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש פון די הדסה שפיטאל אין ירושלים הערט מען ב"ה בשורות טובות, אז די מעדיצינישע הארץ פראצעדור ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה איז ב"ה אריבער מיט הצלחה, און די דאקטוירים זענען העכסט צופרידן פון די אנטוויקלונגען. די פראצעדור וואס איז איז געווען פאראויס געפלאנט אין די טעג בעפאר יום טוב, איז דורכגעפירט געווארן דורך די פראפעסארן אין די הדסה עין כרם שפיטאל, אינאיינעם מיט די בארימטע פראפעסאר לוריא וועלכער ספעציאליזירט זיך אין ד


טויזנטער וויזניצער חסידים איבערגענומען מיט רגשי שמחה און הודאה נאך געהויבענעם ראש השנה בצל האד' מוויזניץ
מאנטאג פ' האזינו • ג' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר חסידי וויזניץ קענען נישט צו זיך קומען נאך אזא דערהויבענע יום טוב ראש השנה וואס איז אריבער העכער אלע ערווארטונגען, בצל הקודש פון רבם ומאורם מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, ווען מען האט געהאט די זכי' מיטצולעבן דעם רבינס עבודת הקודש, דורכאויס ביידע טעג יום טוב מבואו ועד צאתו. דער יום טוב איז אריבער מיט געמישטע געפילן, ווען פון איין זייט איז געווען קענטיג די חולשה אויפן רבי'נס געזונט צושטאנד, זעענדיג ווי דער רבי ש


לבן של ישראל: האד' מוויזניץ גייט מארגן אריבער מעדיצינישע באהאנדלונג אויפן הארץ
מאנטאג פ' האזינו • ג' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אידישע קינדער וועלן מארגן דינסטאג מרבה זיין בתפילה למען בריאותו השלימה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער גייט אריבער א מעדיצינישע באהאנדלונג אויפן הארץ, נאך וואס די דאקטוירים האבן געראטן דורכצופירן א סטענד צו פארבעסערן דעם רבינ'ס מצב הבריאות. פארלאפענעם וואך איז דער רבי שליט"א אומגעפאלן בביתו נאווה קודש אין מושב אורה, און נאכן אריבערגיין א גרונטליכע אונטערזוכונג האבן די פראפעסארן אין שפיטאל פעסטגעשטעלט אז מען דארף דורכפירן


ונשמע קולו: אלפי חסידי וויזניץ מיטגעהאלטן סליחות ראשונות בצל מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפו"ש
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר טויזנטער חסידי וויזניץ האבן נעכטן מוצאי שבת זיך פארזאמלט תחת קורת גג אחד אין ביהמ"ד הגדול בית וויזניץ צו די סליחות ראשונות אין שפיץ פונעם מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. דאס התעוררות אין ביהמ"ד איז געווען אין לתאר בשעת די אמירת סליחות פונעם רבי'ן שליט"א ונשמע קולו בבואו אל הקודש, מיט א געוואלדיגן התעוררות. היי יאר האט מען צוריק גערוקט די זמן פון אמירת סליחות צו 11:30 אנשטאט נאך חצות ווי דער מנהג,


ווידיאו • סליחות ראשונות בחצר הקודש וויזניץ
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: שוקי לרר


לזעוק זעקה גדולה: געמיינזאמע יום תפילה והתעוררות רבתי פאררופן דורך בני האד' מוויזניץ אויף קומענדיגן א' סליחות
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזענטער וויזניצער חסידים וועלן דעם זונטאג א' סליחות זיך צוזאמנעמען אויף א געמיינזאמע יום תפילה והתעוררות רבתי, לזעוק זעקה גדולה און איינרייסן וועלטן לישועה ולרפואה, פארן וואוילזיין פונעם געטרייען מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער געפונט זיך ליידער אין א שווערע געזונט צושטאנד. די גרויסע עצרת ווערט פאררופן דורך דעם רבינס קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, וועלכע האבן פארעפענטליכט א קריאה קדושה פאר די חסידים ת


שיינעם באזוך דורך הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א בקרב ק"ק וויזניץ אין שטאט עפולה
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד און התרגשות האבן די איינוואינער אין קרית וויזניץ עפולה מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט, הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ בני ברק שליט"א, בנו הגדול פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א ספעציעלן באזוך אין די נייע אויפבליענדע וויזניצער קהילה אין שטאט. דער רב שליט"א האט זיך באוויזן אין עפולה זונטאג נאכמיטאג און איז ארומגעגאגנען אין די היכלי התורה און מוסדות אינעם שטאט, צום ערשט אינעם היכל הישיבה


זארג איבער מצב הבריאות ביי האד' מוויזניץ; כלל ישראל מתפלל לרפואת מרן ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש
זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי וויזניץ בתוך כלל ישראל זענען אין די טעג מרבה בתפילה ותחנונים לרפואתו השלמה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, רבי ישראל בן לאה אסתר, וועלכער איז ווייטער אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים און תפילות ישראל. דער רבי שליט"א וועלכער געפינט זיך יעצט במעון קדשו אין מושב אורה, ליידט די לעצטע טעג פון גאר שווערע יסורים אלס רעזולטאט פון די נאכאנאנדע באהאנדלוגנען וואס טוט גאר שטארק אפשוואכן זיינע כוחות. דעם ערב שבת איז דער בית דין צדק


מושב אורה: שיינע שידוך געשלאסן בחצרות וויזניץ - קאסאן - מאור חיים
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן מיטוואך נאכמיטאג איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפו"ש, די כלה א טאכטער פון בנו הצעיר הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"צ ר' פנחס ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אליעזר ארנסטר שליט"א אבד"ק מאור חיים צפת, און איידעם ביי הגה"צ ר' חיים היילפערין שליט"א אבד"ק דברי חיים גאלדערסגרין, די שידוך


פרייליכע שעה'ן פון שמחה און התרוממות הנפש ביי חתונה הגדולה בשמחת בית וויזניץ
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר אומבאשרייבליכע רגשי שמחה און התרוממות עילאה האט נעכטן ארומגענומען אלפי חסידי וויזניץ ביי די געהויבענע שמחת החתונה וואס איז אפגעפראוועט געווארן בקול שמחה וצהלה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית מלך רב שיכון וויזניץ בני ברק. בשעטומ"צ איז געגאנגען אונטערן חופה דער חתן אן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, זון פון חתנו הצעיר הרה"צ רבי מנחם מענדיל האגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים זצ"ל, מי


bottom of page


