top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם באזוך דורך הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א בקרב ק"ק וויזניץ אין שטאט עפולה

  • לפני 12 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס פרייד און התרגשות האבן די איינוואינער אין קרית וויזניץ עפולה מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט, הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ בני ברק שליט"א, בנו הגדול פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א ספעציעלן באזוך אין די נייע אויפבליענדע וויזניצער קהילה אין שטאט.


דער רב שליט"א האט זיך באוויזן אין עפולה זונטאג נאכמיטאג און איז ארומגעגאגנען אין די היכלי התורה און מוסדות אינעם שטאט, צום ערשט אינעם היכל הישיבה לצעירים, און דערנאך האט ער קובע געווען א מזוזה אינעם נייעם פליגל פונעם תלמוד תורה, וואו עס זענען לעצטנס געעפנט געווארן פיר נייע כתות, צוליב דעם שטארקן וואוקס פון די תלמידים.


דערנאך איז פארגעקומען א גרויסער מעמד התוועדות פאר אלע תושבי הקריה, אפצייכנענדיג די פאזיטיווע אנטוויקלונג אין די קהילה וועלכע ציילט שוין ב"ה אריבער 400 אינגעלייט מסלתה ומשמנה, כן ירבו.


ביים מעמד האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי שבח והערכה אויף די חשובה קהילה נאה וחסידה און זיך באדאנקט פארן ראש העיר, וועלכער שטייט לימין הקהילה און העלפט ארויס מיט וואס עס פעלט אויס, אין יעדן געלעגנהייט.


דערנאך האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן א פייערדיגן שמועס אלס הכנה צו די ימים הנוראים הבעל"ט, און האט מעורר געווען איבער פארשידענע ענינים הצריכים חיזוק, ווי אויך איבער דעם חובת השעה צו מתפלל זיין לרפואתו השלמה פונעם רבי'ן שליט"א, מרן ישראל בן לאה אסתר.


בסיום דבריו האט דער רב שליט"א, ממנה געווען בשליחות מר אביו הגדול, הרה"ג רבי משולם פייבוש פויערשטיין שליט"א אלס רב פון די נייע קהילה "אהבת ישראל" דחסידי וויזניץ אין שטאט, לשמחת ליבם פון די תושבים, וועלכע האבן אויפגענומען די בשורה מיט א הילכיגן "מזל טוב" און פרייליכע ניגוני שמחה.


נאך די פייערדיגע שמועס האט דער ציבור זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודים, און דערנאך זענען אלע בני הקהילה אריבער שלום נעמען, וואס האט זיך פארצויגן ביז די שפעטע שעות פון דער נאכט.


תגובות


bottom of page