פרייליכע שעה'ן פון שמחה און התרוממות הנפש ביי חתונה הגדולה בשמחת בית וויזניץ
- לפני 50 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
אומבאשרייבליכע רגשי שמחה און התרוממות עילאה האט נעכטן ארומגענומען אלפי חסידי וויזניץ ביי די געהויבענע שמחת החתונה וואס איז אפגעפראוועט געווארן בקול שמחה וצהלה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית מלך רב שיכון וויזניץ בני ברק. בשעטומ"צ איז געגאנגען אונטערן חופה דער חתן אן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, זון פון חתנו הצעיר הרה"צ רבי מנחם מענדיל האגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ רבי זושא האראנטשיק שליט"א אבד"ק ראדאשיץ בית שמש, איידעם ביי הגה"צ רבי יהודה יחיאל שיינפעלד שליט"א אדמו"ר מטאלטשאווא, וואו מען האט דערביי זוכה געווען צום "מלך ביפיו תחזינה עינינו", ווען דער גרויסער זיידע דער רבי שליט"א האט טראץ זיין חולשה, מפאר געווען על ראש שמחתו מרישא ועד גמירא בנהירו עילאה, לקול מצהלות אלפי החסידים.
אין די נאכמיטג שעה'ן איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד הקבלת פנים אין היכל ביהמ"ד הגדול, בשעת די קאפעליע און דער גאנצער ציבור האבן געזינגען ווארעמע ניגוני התעוררות פונעם אוצר הטוב לבית וויזניץ. מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דעם רבינס איידעם הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. נאכדעם האט דער בארימטער בדחנא דמלכא ר' פנחס גרינפעלד הי"ו אויפגעטרעטן מיט הארציגע גראמען לעורר הלבבות צו די געהויבענע מאמענטן פונעם מעמד החופה.
פארן שקיעה איז מען ארויסגעגאנגען צום מעמד החופה תחת כיפת השמים. בשעת די חופה האט דער אבי החתן הרה"צ רבי מנחם מענדיל האגער שליט"א מעורר געווען דעם ציבור מתפלל צו זיין אין דעם עת רצון לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א, ווען דער גאנצער ציבור זאגט אינאיינעם דעם קאפיטל שיר המעלות ממעמקים פסוק בפסוק מיט אן אומבאשרייבליכע התעוררות.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער גרויסער זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. די עדי קידושין זענען געווען די רבני הקהילה הגאון רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א און הגאון רבי ישראל מיליער שליט"א. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער הרה"צ רבי יהודה ארי' הלברשטאם שליט"א אבד"ק גארליץ. ברכות ראשונות דער זיידע כ"ק אדמו"ר מטאלטשאווא שליט"א, און מיט ברכה אחריתא דער פעטער כ"ק אדמו"ר מראדאשיץ שליט"א, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה.
קורצליך דערויף איז דער רבי שליט"א ערשינען צום חתונה לקול צהלה ורינה, ווען די טויזנטער חסידים הייבן זיך טפח וטפחיים. די שמחה און ריקודין האבן אנגעהאלטן לענגערע שעה'ן ביתר שאת ועוז, ווען בין גברא לגברא האט דער רבי געוואנטשן לחיים לכל הקהל און ארומגערעט איבער עבודת ה' בשמחה, און ווייטער מעודד געווען די ריקודין בעוז ותעצומות, בפרט ביי די ניגון 'יש בורא עולם' און נאך ניגוני שמחה ואמונה.
אין לויף פון די שמחה האבן זיך באטייליגט פילע אדמורי"ם, רבנים און ראשי ישיבות, צוזאמען מיט פילע קרובי המשפחה ומחותנים. צווישן זיי איז געווען האדמורי"ם מסערט וויזניץ, מאחנובקא בעלזא, פיטסבורג, קארלין לעלוב, הרה"צ רבי שמעלקא בידערמאן מלעלוב לאנדאן, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, הגה"צ אבד"ק סקאהל, אב"ד מאור חיים ירושלים, אוון די פעטערס האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, שומרי אמונים פון בני ברק, אשדוד, און ירושלים, דעעש, טשארנאביל, שאץ וויזניץ, מיאלען, ספינקא בית שמש, לעלוב הר יונה, ראש ישיבת וויזניץ, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, און נאך פיל.
פאר'ן בענטשן האט דער בארימטער בדחן ר' נפתלי פוקס הי"ו אויסגערופן "דרשה געשאנק" משולב מיט מילתא דבדיחותא לכבוד שמחת חתן וכלה. מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער פעטער הרה"צ רבי ברוך האגער שליט"א אבד"ק ברכת משה בית שמש. ברכות ראשונות דער עלטער-פעטער כ"ק אדמו"ר מספינקא בית שמש שליט"א, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא.
נאך א לענגערע הפסקה, אין וועלכע די בחורי חמד האבן זיך משמח געווען בשמחת חתן, איז דער רבי שליט"א צוריק ערשינען אין היכל בית המדרש צום געהויבענעם מעמד המצוה טאנץ. בדחנא דמלכא ר' פנחס גרינפעלד האט מיט הארציגע חרוזים אויסגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די ריקודי קודש. נאכן זינגען ווארעמע ניגוני התעוררות איז דער רבי שליט"א צוגעטרעטן צו די עבודת הריקודין לפני הכלה, און דערנאך געטאנצן מיט די חתן און די מחותנים, און א באזונדערן פייערדיגן ריקוד מיט די גאנצע משפחת המלוכה, אלע קינדער און איידעמער מקטן ועד גדול זרע ברך ה'.
שפעטער האט מען אויסגערופן דעם זיידן האדמו"ר מטאלטשאווא שליט"א און דער מחותן הרה"צ רבי מנחם מענדיל האגער שליט"א, וואו מען האט מיט בענקשאפט און הארציגע גראמען דערמאנט דעם אומפארגעסליכן זיידן הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים זצ"ל, וואס מען שטייט נאך אינעם שנת האבל להסתלקותו, און ער האט נאך באשיינט ביים שמחת התנאים פונעם חתן א קארגע צוויי וואכן פאר זיין הסתלקות.
נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט פארלאזט דעם בית מדרש האט מען אויסגערופן דעם מחותן אבד"ק ראדאשיץ בית שמש שליט"א, און דערמיט האט זיך געשלאסן די שמחה הרוממה.











































תגובות