מושב אורה: שיינע שידוך געשלאסן בחצרות וויזניץ - קאסאן - מאור חיים
- לפני 13 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

נעכטן מיטוואך נאכמיטאג איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפו"ש, די כלה א טאכטער פון בנו הצעיר הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"צ ר' פנחס ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אליעזר ארנסטר שליט"א אבד"ק מאור חיים צפת, און איידעם ביי הגה"צ ר' חיים היילפערין שליט"א אבד"ק דברי חיים גאלדערסגרין, די שידוך איז געשלאסן געווארן ביי אן ענגע מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פונעם זיידן האדמו"ר מוויזניץ אין מושב אורה בגלילות ירושלים.























תגובות