top of page
פילע אדמור"ים רבנים ואישי ציבור מנחם אבל געווען הנגיד החסיד ר' שלמה ווערדיגער הי"ו יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN ככלות ימי השבעה נאך די פטירה פון האשה החשובה מרת ליבא ווערדיגער ע"ה, זעהט זיך אן די געוואלדיגע קידוש השם וואס האט זיך געשאפן אין לויף פון די ימי השבעה, ווען טויזענטער אידן פון נאנט און ווייט האבן געשטראמט צו מנחם אבל זיין דער בארימטער פילאנטראפ און תומך תורה, הנגיד החסיד ר' שלמה ווערדיגער הי"ו יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא וועלכער טראגט אויף זיינע פלייצעס גאר אסאך לטובת דאס יהדות החרדית. אינעם בית האבלים וואו


דערהויבענע נסיעה דורך הגה"צ אבד"ק קאלוב ביתר שליט"א לקברי אבותיו אין אייראפע
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א שיינעם קבוצה חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעהאלטן א געהויבענעם נסיעה בראשות הגה"צ אבד"ק קאלוב ביתר שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפואה שלימה צום עיר האבות קאלוב אין אונגארן מקום מנוחת קדשו פונעם ראש שולשיתא דדהבה הרה"ק רבי אייזיקל קאלובער זי"ע. דער רב שליט"א האט אונטערגענומען די נסיעה אינאיינעם מיט בני קהילתו זיך גרייטנדיג צו די חתונה פונעם יונגסטן קינד וואס קומט פאר דעם ווינטער, איינצולאדענען און מתפלל זיין על


אייגנארטיגע מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול סלונים לע"נ הרבנית משאץ - בת הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אן אייגנארטיגע מעמד הכנסת ספר תורה איז געפראוועט געווארן אין חצר הקודש סלונים, ווען עס איז אריינגעגעבן געווארן א ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול סלונים אין די מאה שערים געגנט, לעילוי נשמתה פון הרבנית הצדיקת המפורסמת משאץ ע"ה טאכטער פון הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע. די שאצער רעבעצען, מחברתו הטהורה פון הרה"ק רבי יואל משאץ זי"ע, האט ווי באקאנט זוכה געווען צו א ברכה פון איר פאטער די הייליגער רבי מאירל פרעמישלאנער זי"ע, צו קענען פויעלן י


שמחה גוררות שמחה: פרישע שידוך געשלאסן בחצר הקודש באבוב-45
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. והילל ל"ש אין די טעג נאכן זמן שמחתינו איז געשלאסן געווארן נאך א שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, די כלה איז א טאכטער פון זיין איידעם הגה"צ ר' יעקב יצחק שטערנבוך שליט"א ראש ישיבת בנין אבות וויזניץ קייאמישע, זון פון הגה"צ ר' אשר חיים שטערנבוך שליט"א אבד"ק אהל יעקב אנטווערפן, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלושין סידערהויסט שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' משה מאסקאוויטש שליט"א ראש


חגיגה נהדרה "הכנסת ספר תורה" געפייערט אין צוזאמענהאנג מיט חנוכת הבית פארן ביהמ"ד הגדול סאדיגורא לאנדאן
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די הערצער פון חסידי סאדיגורא לאנדאן קוועלן פאר שמחה דקדושה נאכן מיטלעבן די יעצטיגע ימי שמחה והוד פייערנדיג דעם חגיגת חנוכת הבית פונעם נייעם בית גדול וקדוש, דער ביהמ"ד החדש וואס איז געבויט געווארן די לעצטע פינף יאר. דער מאסיווער פראיעקט האט זיך אנגעהויבן נאך בחיים חיותו פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל דער עטרת ישראל, וועלכער האט זעלבסט מפאר כבוד געווען אלס רב הקהלה פון סאדיגורא אין לאנדאן, און די יארן איידער'ן ארויפגיין על כס האדמור


נייע בנין אדיר פאר מתיבתא צאנז-קלויזנבורג אין הארץ פון בארא פארק אויפגעבויעט אין בליץ שנעלקייט פון בלויז דריי חדשים
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי חסידי צאנז קלוינזבורג נעמען אויף מיט התרגשות'דיגע פרייד און שמחה איבער די ענדגילטיגע בליץ-שנעלע אויפבוי פונעם נייעם בנין המתיבא אין הארץ פון שטאט בארא פארק אויף 14'טע עוועניו ביי די 50'סטע גאס, הארט נעבן די בית המדרש הגדול דחסידי צאנז קלויזענבורג, וועלכע איז אויפגעבויעט געווארן אין א שטוינענדע שנעלקייט פון בלויזע דריי חדשים פון ווען מען האט אנגעהויבן די מלאכת הבני' ביז צום פארענדיגונג בס"ד. און עס


בקודש פנימה: האד' מצאנז באזוכט ביי האד' מסלונים אין ירושלים
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.פ פארלאפענעם דאנערשטאג נאמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים מנחם אבל צו זיין די קינדער פונעם שוואגער הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל אין רמות. ביים אנקומען קיין ירושלים איז דער רבי צום ערשט צוגעפארן צו די מאה שערים געגענט אויף א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א וועלכער האט ענטפאנגען דעם רבי'ן מיט א שמחה גדולה. די אדמור"ים האבן ארומגעשמועסט בנועם שיח איבער די שווערע תקופה וואס כלל


אלפי תלמידי מוסדות "עטרת שלמה" מוחה געווען ביים טורמע 10 וואו עס שמאכטעט הב׳ אריאל שמאי מתלמידי הישיבה
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אריבער צוויי טויזנט קינדער בליעה"ר פון די חדרים אונטער די נעץ "עטרת שלמה" פון איבער גאנץ ארץ ישראל, זענען היינט ארויסגעפארן צו די מיליטערישע תפיסה כלא נומער 10, צו א מחאה אדירה אויפן ארעסט פונעם תלמיד הישיבה "עטרת שלמה" הבחור החשוב אריאל שמאי הי"ו, וועלכע שמאכטעט אין טורמע פארן איינציגסטן חטא צוליב זיך נישט שטעלן אינעםצום מיליטער. דער עצרת מחאה איז פארגעקומען נאכן התייעצות פונעם ראש ישיבה הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, אינאי


קאנארסי: האד' מבאבוב-45 קובע געווען מזוזות אין צוויי נייע בניני הישיבות קטנות "קדושת שלמה" און "תפארת שלמה"
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. פאריגן מאנטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען קיין קאנארסי אויף א באזוך אין די צוויי נייע בניני הישיבות קטנות הלא המה, קדושת שלמה און תפארת שלמה וואס מען האט גענצליך איבערגעבויט אין די יעצטיגע טעג, צוטיילט אין צוויי באזונדערע געביידעס, נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט''א האט ווי ברייט באריכטעט צוטיילט די ישיבה קטנה לתועלת פון די בחורים תלמידי הישיבה. די רבי האט זיך ארומגעדרייט אויף


הילולא קדישא פון הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע אפגעראכטן ערב יום טוב סוכות בצל נכדו האד' מדושינסקיא
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער דעם ערב חג הסוכות, איז אפגעצייכענט געווארן די יומא דהילולא קדישא פונעם מרא דארעא דישראל מרן הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע. בליל ההילולא קדישא ערב סוכות ליל י"ד תשרי האט נכדו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א פארגעלערנט משניות אין די ישיבה גדולה, און דערנאך געפראוועט דעם שולחן הטהור אין בית המדרש הגדול היכל מהרי"צ דושינסקיא, וואו דער רבי שליט"א האט אויפגעטראטן מיט לענגערע דברי תורה במשנתו הטהורה. דאן האבן או


רייכע אוונט 'לב המלכות' אפגעראכטן געווארן פאר נגידי וויזניץ לטובת 'קופת המלכות' - פריוואטע צדקה קאסע פון האד' מוויזניץ
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר א רייכע מעמד 'לב המלכות' איז אפגעראכטן געווארן די פארלאפענע וואך לטובת 'קופת המלכות', די פריוואטע צדקה קאסע פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. די מעמד איז פארגעקומען אויף א עלעגאנטע פארנעם אין די 'ציפורי הכפר' האטעל, מיט די באטייליגונג פון א גרעסערע צאל נגידי ותומכי חצר הקודש וויזניץ. די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט א זיץ 'ליל ששי' כתקנת הקודש, און מ'האט געהערט ווערטער פון הרה"ג שאול יחזקאל גרינפעלד שליט"א


חסידי מונקאטש אין לאנדאן מיטגעלעבט געהויבענעם באזוך פון רבם ומאורם האד' ממונקאטש
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בהדרת כבוד האבן תלמידי וחסידי מונקאטש בעיר הבירה לאנדאן מקבל געוועהן את פני הקודש פון כ''ק האדמו"ר ממונקאטש שליט''א וועלכע אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט צו באשיינען די חתונה היינט בבית הרה"ג רבי שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מוקנאטש לאנדאן. אין די פריע פארטאגס שעהן מיטוואך פ' נח האט דער פליגער געלאנדעט אין די לאנדאן היטרו לופטפעלד און א קורצע צייט דערויף איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען פטנעם טערמינאל אין באגלייטונג פון די משמשים


בני ברק: געוועזענער משכון באזוכט אין שטוב פון הגאון רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן זונטאג האט דער געוועזענער משכון בר אברהם קופערשטיין באזוכט אין בני ברק במעונו פונעם סלאבאדקער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט”א, וועלכער האט איהם אויפגענומען מיט גרויס שמחה. אברהם האט דערציילט וועגן זיין איבערלעבענישן אין די פינסטערע טונעלן אין עזה, בפרט ווי ער האט זיך אנגעשטרענגט צו היטן שבת, דערציילנדיג ווי ער האט געמאכט קידוש אויף וואסער אין די טונעלן, און ווי ער פלעגט צו זינגען זמירות


יומא דהילולא פון כ"ק אדמו"ר בעל להבת דוד מביאלא בני ברק זצ"ל בצל בנו מ"מ האד' מביאלא ב"ב
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד רובינשטיין


געהויבענער יום טוב סוכות אין פשעווארסקער הויף געפראוועט אין זאל פון "בית רחל" אין אנטווערפן
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN ווי באקנט האט מען פארגאנגענעם א סליחות באנייט דעם פילפאכיג פארגרעסערט ביהמ"ד הגדול והחדש פשעווארסק אין אנטווערפן, וועלכער איז באנוצט געווארן פון א סליחות און גאנץ יום טוב ראש השנה און יום הקדוש, וואו די ברייטקייט האט זיך געשפירט אין יעדן ווינקל, שאפנדיג אן אומגעהויערע הרחבת הדעת פאר די טויזנטער חסידים המסתופפים בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א. מ'האט געהאט געפלנט דארט אויך אפרעכטן דעם יום טוב סוכות, א


לאנדאן: האד' ממונקאטש באשיינט בראש השמחה ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי ברייט באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אפגעראכטן א בליץ באזוך על אדמת ענגלאנד, ווען דער רבי איז ארויסגעפלויגן פאר עטליכע שעה קיין לאנדאן עיר הבירה, צו באשיינען די שמחת החתונה פונעם יונגסטן זוהן ביי הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן. מיטוואך (נח) אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום מעמד החופה אין די יסודי התורה זאל אין סטעמפארד הילל, דער רבי האט מסדר קידושין געווען און זיך באגריסט מיט די


הגרש"ב סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה ביי אסיפת חירום אין לשכת בד"ץ העדה החרדית איבער מאסן־עצרת קעגן גזירת הגיוס
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני ווי ברייט באריכטעט גרייט זיך דאס יהדות החרדית אין ארצינו הקדושה ארויסצוקומען אויף א מאסן עצרת מחאה ווי קיינמאל בעפאר, קומענדיג אויסשרייען דעם וויי-געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס די ציוניסטישע רעגירונג צווינגט ליידער ארויף אויף טויזנטער בחורים פון אלע שיכטן און קרייזן אין ארה"ק, היל"ת, קומען פאר העפטיגע באראטונען מיט די סאמע גרעסטע עסקנים פון די חסידישע, ליטווישע או


הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א דינט אלס מוהל ביי שמחת הברית בחצר הקודש ביאלא
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מתתיהו גולדברג- י פריד פארלאפענעם ערב שבת בראשית איז דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב אנגעקומען צום ביהמ"ד הגדול ביאלא אין ירושלים ווי ער האט געדינט אלס מוהל ביי א ברית פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, בן הנולד ביי חתנו הרה"ג ר' יעקב יצחק טאוב ראש הכולל עיון ביאלא, אור אייניקל פון כ"ק האדמורי"ם מקאפיטשניץ, קאזמיר, און לעלוב בית שמש. ביים אנקומען האט זיך הרה"צ רבי יעקב מאיר


גרויסן ציבור באגלייט למנוחות הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל ביי מסע הלוויה אין ירושלים
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN מיט צובראכענע הערצער האבן הונדערטער אידן באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק חסידא ופרישא כ"ק גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל, וועלכער איז דעם מיטוואך פארטאגס נתבקש געווארן לישיבה של מעלה בפתע פתאום, אין עלטער פון איין און אכציג יאר. א גרויסן ציבור מתפללים, מעריצים, קרובי המשפחה, און תושבי השכונה, אין שפיץ פון אדמורי"ם ורבנים האבן זיך פארזאמלט צו באוויינען די אבידה שאין לה תמורה ביים לוויה בהיכל בית מדרשו א


וויליאמסבורג: גרויסארטיגע סאטמארער חתונה פארגעקומען אינעם ניי-רענאווירטן ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר
מוצאי שב"ק פ' נח • ג' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער בחדוה עילאה האבן אלפי תלמידים וחסידי סאטמאר מיטגעלעבט די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכע איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר בסימן טוב ובמזל טוב בהיכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אין וויליאמסבורג. די גרויסארטיגע חתונה איז געווען די ערשטע שמחה בבית צדיקים וואס איז געפראוועט געווארן אינעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג. דער ביה


bottom of page

