לאנדאן: האד' ממונקאטש באשיינט בראש השמחה ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן
- sfbechatzros
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ווי ברייט באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אפגעראכטן א בליץ באזוך על אדמת ענגלאנד, ווען דער רבי איז ארויסגעפלויגן פאר עטליכע שעה קיין לאנדאן עיר הבירה, צו באשיינען די שמחת החתונה פונעם יונגסטן זוהן ביי הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן.
מיטוואך (נח) אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום מעמד החופה אין די יסודי התורה זאל אין סטעמפארד הילל, דער רבי האט מסדר קידושין געווען און זיך באגריסט מיט די רבני העיר וואס האבן זיך משתתף געווען, דער זיידע פון חתן הגה"צ ר' חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן, און דער פעטער כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א וועלכער איז געקומען צו פארן פון מאנטשעסטער צו באשיינען די שמחה בבית אחיו דער סאטמארער דיין.
שפעטער באנאכט האט דער רבי זיך צוריקקערט צו די שמחת החתונה אין זאל פון יסודי התורה, א ריזן ציבור תושבי העיר האבן זיך פארזאמלט לקבל פני קדשו פונעם גרויסן גאסט און מיטהאלטן די עבודת הקודש בעת די ריקודין של מצוה, דער רבי האט געטרינקען לחיים און פארברענגט מיט די זיידעס און מחותנים, און דערנאך האט דער בארימטער בדחן ר' ישראל שטערן הי"ו אויסגעגראמט און אויסגערופן דעם רבי'ן צום מצוה טאנץ.
ברגשי קודש האט דער רבי אפגעראכטן די מצוות ריקודין לפני הכלה, ווען מען האט געזינגען די ניגונים וואס איז מקובל אין מונקאטש, כיצד מרקדין לפני הכלה, און דעם רבינ'ס ניגון וכל מאמינים, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, און איז פארבליבן אין זאל ביז נאך די מצוה טאנץ פונעם זיידן הגה"צ דער סאטמארער דיין.
.
ביים פארלאזן די שמחה איז געווען א געלעגנהייט פאר די הונדערטער תושבי העיר דורכצוגיין שלום נעמען פונעם אורח הגדול.
















תגובות