top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וויליאמסבורג: גרויסארטיגע סאטמארער חתונה פארגעקומען אינעם ניי-רענאווירטן ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר

  • sfbechatzros
  • 25 באוק׳
  • זמן קריאה 3 דקות

מוצאי שב"ק פ' נח • ג' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער

בחדוה עילאה האבן אלפי תלמידים וחסידי סאטמאר מיטגעלעבט די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכע איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר בסימן טוב ובמזל טוב בהיכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אין וויליאמסבורג.


די גרויסארטיגע חתונה איז געווען די ערשטע שמחה בבית צדיקים וואס איז געפראוועט געווארן אינעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג. דער ביהמ"ד איז הערליך צוגעשטעלט געווארן באופן יפה ונאה, מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס פון אלע זייטן ארום צו אקאמאדירן די פילע טויזנטער אברכים ובחורי חמד, און די געטרייע עסקני ק"ק סאטמאר אין די ראמען פון "בצל תומר" קערפערשאפט זענען געווען העפטיג איינגעשפאנט פארצוברייטן דעם אויסשטעל פון דער שמחה.


עס איז געגאנגען אונטער די חופה א אייניקל ביים סאטמארער רבי'ן שליט"א, די כלה א טאכטער פון חתנו  הגה"צ ר' אלעזר טייטלבוים שליט"א ראש הכוללים סאטמאר וויליאמסבורג, א זון פון הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, מיט די חתן א זון פון זיין שוואגער הגה"צ ר' שמעון ישראל מייזליש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר משאפראן זצ"ל און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א.


צום באשטימטן זמן איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים אין היכל ביהמ"ד הגדול, וואס איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט אויף א גרעסערן פארנעם. מען האט געהערט די פאסיגע חרוזים פון בדחנא דמלכא הרה"ח ר' שמואל ביקעל הי"ו וועלכער האט ארויסגעברענגט דאס געהויבענקייט פון די מינוטן, און אויסגערעכנט דעם געהויבענעם יחוס. דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון ויואל משה.


דער מעמד החופה איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד אויף ראדני סטריט תחת כיפת השמים. ביים חופה איז די גרויסע זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, עדי קידושין זענען געווען הרה"ג ר' אליעזר חיים בערגער שליט"א ראש ישיבת דברי חיים און הרה"ג ר' משה יהודה פרידמאן שליט"א ראש ישיבה קטנה דסאטמאר חלק א'.


מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ניימארק שליט"א, אן עלטער פעטער פון די כלה. און מיט די שבע ברכות די זיידע פון חתן כלה הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, נאך די חופה האט די רבי געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


די סעודת החתונה איז הערליך צוגעשטעלט געווארן אין היכל הביהמ"ד און אין די ריזיגע נייע גאלעריען, פאר כל הקהל הקודש, תיכף נאך דער סעודה האבן די בחורי חמד פארנומען זייערע ערטער אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס פון אלע זייטן ארום, און נאך א שטיק צייט איז די רבי שליט"א ערשינען צום שמחה ווערנדיג אנטפאנגען לקול תרועת הזמר, און איז ארויס אין ריקודין של שמחה ווען טויזנטער חסידים האבן זיך מיטגעפרייט בשמחת בית צדיקים.


צווישן די אדמורי"ם וואס האבן באשיינט די שמחה האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מוויזניץ וויליאמסבורג, ראחמיסטריווקא, ראחמיסטריווקא וויליאמסבורג, אלעסק, הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי בן האדמו"ר מסקווירא, הגה"צ רבי בנימין לאנדא דומ"ץ טאהש בארא פארק און נאך, בשעת די ריקודין של שמחה איז די ציבור דורך וואונטשן לחיים און מזל טוב פאר די מחותנים און זיידע'ס.


נאכן בענטשן און שבע ברכות האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' יהושע ברוך גראס הי"ו אויסגערופן דעם רבי'ן צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארימע חרוזים, בתוך הדברים האט ער ארומגערעט איבער די שטארקע אפקלאנג פונעם היסטארישן עצרת הרבבות אין מאנהעטן דעם אנהייב וואך קעגן די ביטערע גזירת הגיוס וואס די רבי שליט"א האט פאררופן.


די רבי האט אנגעוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש און דאן אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע וויילע, דערנאך איז דער רבי געטאנצן אויף דעם סקולענער ניגון 'אהללה ה'' מיט גרויס ברען וינועו אמות הסיפים. דאן איז דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מיט משפחת המלוכה אחיו הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א און גיסו כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א און אלע צאצאים פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, באזנונדער איז די רבי געטאנצן מיט די שוואגערס הרבנים הגאוה"צ לבית ביסטריץ.


דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די געדאפלטע זיידע הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א. דערנאך דער פעטער הגה"צ אב"ד שאפראן שליט"א אינאיינעם מיט אחיו וגיסיו הרבנים שליט"א, דערנאך די מחותנים און צום לעצט דער חתן לפני הכלה, דערמיט האט זיך די שמחה געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page