אלפי תלמידי מוסדות "עטרת שלמה" מוחה געווען ביים טורמע 10 וואו עס שמאכטעט הב׳ אריאל שמאי מתלמידי הישיבה
- sfbechatzros
- 27 באוק׳
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אריבער צוויי טויזנט קינדער בליעה"ר פון די חדרים אונטער די נעץ "עטרת שלמה" פון איבער גאנץ ארץ ישראל, זענען היינט ארויסגעפארן צו די מיליטערישע תפיסה כלא נומער 10, צו א מחאה אדירה אויפן ארעסט פונעם תלמיד הישיבה "עטרת שלמה" הבחור החשוב אריאל שמאי הי"ו, וועלכע שמאכטעט אין טורמע פארן איינציגסטן חטא צוליב זיך נישט שטעלן אינעםצום מיליטער.
דער עצרת מחאה איז פארגעקומען נאכן התייעצות פונעם ראש ישיבה הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, אינאיינעם מיט הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע.
די חשובע תלמידים תינוקות של בית רבן זענען אנגעקומען צום טורמע אנגעטוהן מיט ספעציעלע היטלעך ארויפגעלייגט דערויף בילדער פונעם בחור דער אסיר ציון, און עס איז פארגעקומען א מעמד תפלה, ווי עס איז צוגעגאנגען צום עמוד דיר מגיד רבי ישראל מאיר שושן שליט"א, און מען האט אינאיינעם מתפלל געווען צום באפרייאונג פונעם אסיר ציון הבחור אריאל בן תמר.
דערנאך האט דער מגיד רבי ישראל מאיר שושן אויפגעטרעטן מיט ווערטער ארויסברעגענדיג, אז מען איז נישט מבטל תורה פאר תינוקות של בית רבן אויף קיין שום פאל, אבער דא אז מען זעט ווי די תורה שטייט ביי א שוועל פון אונטערגאנג ה"י, די רשעים ווילן אונטערברענגען די תורה הקדושה, דארפן די תינוקות של בית רבן מבטל תורה זיין און ארויסקומען שרייען צום אייבערשטן לביטול רוע הגזירה.
דער ראש ישיבה הגאון רבי שלום דוב סורוצקין שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט פלאמעדיגע ווערטער פאר די טויזענטער תינוקות של בית רבן, ארויסברעגענדיג אז די גאנצע זכות קיום העולם איז בלויז דורך די כח פון לימוד התורה, וואס אן זיי קען די וועלט נישט האבן קיין קיום אויף ווייטער.
דערביי האט דער ראש ישיבה ערווענט, אז מאנכע האבן געהאט טענות, פארוואס די פלאקאטן וואס הענגט אויף די גאסן אויפן באפרייאונג פונעם בחור פארגלייכט מען דעם אסיר ציון צו די פארכאפטע משכונות פון עזה, האט דער ראש ישיבה מסביר געווען אז דאס איז צוליב דעם ווייל אויב מען שפארט איין אין תפיסה די לומדי תורה איז דאס דער גרעסטער אפהאלט פון כלל ישראל'ס קיום, ווייל כלל ישראל קען נאר האבן א קיום און מנצח זיין די רשעים נאר דורך די כח התורה, און אויב האט מען נישט די כח התורה האט מען חלילה אלעס פארלוירן.
נאכדעם האט דער ראש הישיבה פארגעליינט א בריוו וואס דער בחור אסיר ציון אריאל שמאי נ"י האט געשריבן צווישן די פינסטערע טורמע ווענט, אנגעפילט מיט חיזוק און אמונה טראץ די שווערע אומשטענדן וואס ער גייט אריבער.
צום סוף פונעם עצרת האבן זיך די טויזענטער תינוקות של בית רבן ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ זינגענדיג די ניגון 'ובלשכותיהם אין אנו מתצייבים', און מען האט זיך צוריקגעלאזט צו די תלמידי תורה ווייטער ממשיך זיין מיט די לימודים.

































תגובות