top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קאנארסי: האד' מבאבוב-45 קובע געווען מזוזות אין צוויי נייע בניני הישיבות קטנות "קדושת שלמה" און "תפארת שלמה"

  • sfbechatzros
  • 27 באוק׳ 2025
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.

פאריגן מאנטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען קיין קאנארסי אויף א באזוך אין די צוויי נייע בניני הישיבות קטנות הלא המה, קדושת שלמה און תפארת שלמה וואס מען האט גענצליך איבערגעבויט אין די יעצטיגע טעג, צוטיילט אין צוויי באזונדערע געביידעס, נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט''א האט ווי ברייט באריכטעט צוטיילט די ישיבה קטנה לתועלת פון די בחורים תלמידי הישיבה.


די רבי האט זיך ארומגעדרייט אויף אלע שטאקן און זיך אומגעקוקט אין די שיעור ציממערן, בתי מדרשים, עס זאלן, אפיסעס, און באטראכט די יופי והדר מיט גרויס קורת רוח.


די רבי האט דערנאך געקלאפט די מזוזות ביים הויפט אריינגאנג, און מכבד געווען די שוואגער הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, דערנאך די די ראשי ורמ"י הישיבות און די נדיבי עם צו קלאפן מזוזות ארום די בנינים, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד די באנייאונג פון די צוויי נייע ישיבות.



תגובות


bottom of page