top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייע בנין אדיר פאר מתיבתא צאנז-קלויזנבורג אין הארץ פון בארא פארק אויפגעבויעט אין בליץ שנעלקייט פון בלויז דריי חדשים

  • sfbechatzros
  • לפני 8 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי

חסידי צאנז קלוינזבורג נעמען אויף מיט התרגשות'דיגע פרייד און שמחה איבער די ענדגילטיגע בליץ-שנעלע אויפבוי פונעם נייעם בנין המתיבא אין הארץ פון שטאט בארא פארק אויף 14'טע עוועניו ביי די 50'סטע גאס, הארט נעבן די בית המדרש הגדול דחסידי צאנז קלויזענבורג, וועלכע איז אויפגעבויעט געווארן אין א שטוינענדע שנעלקייט פון בלויזע דריי חדשים פון ווען מען האט אנגעהויבן די מלאכת הבני' ביז צום פארענדיגונג בס"ד. און עס וועט ערעפענט ווערן צום קומענדיגן זמן החורף הבעל"ט.


די ביז יעצטיגע לאקאל פונעם מתיבתא איז געווען איינקוואטירט אויף 47 סט. ביי 14 עוו. וואס איז שוין פון לאנג אויסגעוואקסן פון פלאץ צוליב די ריבוי התלמידים בליעה"ר, דעריבער האט מען בעידודו ובברכתו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א אריינגעטאנצן אין די יעצטיגע מלאכת הבני', וואס דער שטח פונעם יעצטיגן נייעם בנין פלעגט דינען אלס א חלק פון די פארקינג לאט פארן בית המדרש הגדול.


אויפן שטח זעט זיך אן געוויסע ערטער וואו עס שטיין פרוכט ביימער, וואס מען האט נישט געבויעט דערויף. עפ"י פקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א האט מען געלאזט די ביימער שטיין און געבויעט פון ארום, צוליב דעם צוואת יהודה החסיד נישט אויסצורייסן קיין ביימער.


דער פראכפולער בנין, איז צוגעענדיגט געווארן מיט א בליץ שנעלקייט מיט אלע קלענערע איינצלהייטן און פיטשוויקעס, כדי נישט צו דארפן שטערן אינמיטן זמן מיט די בוי ארבעט.


אינעם ערשטן שטאק פונעם פראכטפולן היכל המתיבתא ערהאלט אין זיך די ריזיגע היכל בית המדרש ווי די הונדערטער בחורים וועלן עוסק זיין בתורה ועבודה, באזונדער געפינט זיך דארט א ריזן אוצר הספרים מיט טויזענטער ספרי קודש. אזוי אויך וועט דער היכל בית המדרש פונעם מתיבתא באנוצט ווערן פאר געוויסע טישן און קלענערע מאורעות בחצר הקודש במשך דעם יאר.


אויפן זעלבן שטאק וועט זיך אויך געפונען עטליכע חדרי השיעורים, און אפיסעס פאר די מנהלים, און א באזונדערע חדר מיוחד פארן רבי'ן שליט"א.


אויפן צווייטן שטאק פונעם בנין איז פארהאן די גרויסע באקוועמע חדר האוכל, אזוי אויך וועט דאס באנוצט ווערן פאר די עזרת נשים בעת ווען עס וועלן פארקומען עריכת השולחנות אינעם היכל המתיבתא.


פארגאנגענעם וואך דאנערשטאג האט די רבי שליט"א באזוכט אין דעם נייעם בנין המתיבא וואו דער רבי האט זיך ארומגעדרייט לארכה ולרחבה פונעם בנין באגלייט מיט די הנהלת הישיבה וועלכע האבן ארומגעוויזן דעם רבי'ן אויף אלע שטאקן פון די געביידע.


שבת אינדערפרי נאכן דאווענען האט מען אויסגערופן אין ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזנבורג אין בארא פארק איבער די פריידיגע פתיחת שערים פונעם נייעם מתיבתא און דערביי איז איבערגעגעבן געווארן די בשורה משמחת אז באלד נאכן דאווענען וועט דער בנין זיין אפן פארן ברייטן ציבור.


אנקומענדיג צום בנין האט מען געהאט די מעגליכקייט צו כאפן א שפאציר און ברייטע ארומבליק אין אלע דריי גיגאנטישע שטאקן פונעם בנין, זעענדיג פונדערנאנט די פרעכטיגע היכלים און איינריכטונגען וואס איז אהערגעשטעלט אינעם נייעם ריזן אכסניא של תורה.


היינטיגן מאנטאג נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א ווידער באזוכט אין די מתיבתא וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט ביים סדר הלימוד לכבוד די נייע זמן.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page