געהויבענער יום טוב סוכות אין פשעווארסקער הויף געפראוועט אין זאל פון "בית רחל" אין אנטווערפן
- sfbechatzros
- לפני 9 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
ווי באקנט האט מען פארגאנגענעם א סליחות באנייט דעם פילפאכיג פארגרעסערט ביהמ"ד הגדול והחדש פשעווארסק אין אנטווערפן, וועלכער איז באנוצט געווארן פון א סליחות און גאנץ יום טוב ראש השנה און יום הקדוש, וואו די ברייטקייט האט זיך געשפירט אין יעדן ווינקל, שאפנדיג אן אומגעהויערע הרחבת הדעת פאר די טויזנטער חסידים המסתופפים בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.
מ'האט געהאט געפלנט דארט אויך אפרעכטן דעם יום טוב סוכות, און א חלק פון דעם נייעם היכל בית המדרש איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן צו דינען אלס א מהודרדיגע סוכה און צו קענען דארט אפרעכטן די עריכת השולחנות ושמחת בית השואבה.
אבער צום באדויערן האבן די לאקאלע אויטאריטעטן זיך פארלייגט, היות מען האט נאך נישט ערהאלטן אלע נויטיגע בוי פערמיטן, אז דאס ביהמ"ד קען נישט זיין אין באנוץ פארן פובליק. עקסטער האט די פייער דעפארטמענט זיך פארלייגט מיט אלע כוחות צו פארשטפארן דעם בנין נאך דעם וואס די סעיפטי אינספקשאנז זענען נישט נאכגעקומען די רעגולאציעס.
דאס האט געברענגט אז דורכאויס די ימי המועד האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן מערסטנס פון די תפילות און טישן אינעם סוכה אין היכל הכולל. די הנהלת הקהילה האט זיך געלאזט קאסטן כוחות עצומות און גרויסע געלטער צוצושטעלן דעם היכל הכולל צו פארזיכערן שלא יבוטל התמיד, די תפילות און טישן זאלן ווייטער אנגיין לויט די בעסטע מעגליך אומשטענדן.
ווי פארשטענדליך האט דאס גורם געווען עגמת נפש, און די עסקנים זענען געזעסן אויף נאכאנאנע מיטונגען מיט די שטאטישע באאמטע און די פייער דעפארטמענט אויפצוקעמען מיט א לעזונג. אבער ווי עס שיינט איז עס געווען אן ערפאלג, און די פאליציי האט אינפארסירט א צייטווייליגע שליסונג.
נאכן דורכטון אלטערנאטיווע פלענער פארן יום טוב שמחת תורה האט די הנהלת הקהילה באשלוסן אפצודינגען די גרויסע בית רחל זאלן, וואו דער רבי שליט"א פלעגט בשנים קדמוניות אפרעכטן די הקפות שמחת תורה. דארט איז געפראוועט געווארן דער הערליכער יום טוב, בהשתתפות פון די הונדערטער געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון אלע עקן דער וועלט וויילן יום טוב בצל הקודש אין אנטווערפען.















































תגובות