top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אייגנארטיגע מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול סלונים לע"נ הרבנית משאץ - בת הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • sfbechatzros
  • 28 באוק׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

אן אייגנארטיגע מעמד הכנסת ספר תורה איז געפראוועט געווארן אין חצר הקודש סלונים, ווען עס איז אריינגעגעבן געווארן א ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול סלונים אין די מאה שערים געגנט, לעילוי נשמתה פון הרבנית הצדיקת המפורסמת משאץ ע"ה טאכטער פון הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע.

די שאצער רעבעצען, מחברתו הטהורה פון הרה"ק רבי יואל משאץ זי"ע, האט ווי באקאנט זוכה געווען צו א ברכה פון איר פאטער די הייליגער רבי מאירל פרעמישלאנער זי"ע, צו קענען פויעלן ישועות פאר אידישע קינדער, זייענדיג באקאנט מיט איר אויסטערלישע צדקות פלעגן טויזנטער אידן שטרוימען געהאלפן צו ווערן ביי איר מיט ישועות, און נהנה זיין עצה ותושיה.


די רעבעצען איז נפטר געווארן אין יאר תרס"ג קומענדיג לקבורה אויפן בית החיים אין שטאט שאץ, און בשנת תשל"ח האט מען איר מפנה געווען צוזאמען מיט איר גרויסן מאן צום הר הזיתים, וואו פילע אידן האבן אין לויף פון יאהרן ווייטער געזעהן אפענע ישועות.


צווישן זיי איז געווען מיט הרה"ג ר' משה קאפאלאוויטש שיחי' מחשובי חסידי סלונים, וועלכע האט נאך יאהרן ווארטן געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, געהערט איבער דעם קבר מסוגל פון די שאצער רעבעצען, און לפקודת השנה נאכן מתפלל זיין על קברה איז ער געהאלפן געווארן מיט זרע של קיימא למעלה מדרך הטבע.


אלס הכרת הטוב האט ער זיך אונטערגענומען צו שרייבן א ספר תורה לכבודה און לכבודה פון איר הייליגן פאטער הרה"ק רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע וועלכער האט איר איבערגעגעבן דעם כח צו קענען פויעלן ישועות.


די תהלוכה לכבודה של תורה איז ארויס פון זיין הויז אין ירושלים אויפן וועג צום ביהמ"ד הגדול סלונים אין ירושלים, ווי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א האט באשיינט די מעמד אין ביהמ"ד און האט אפגעראכטן די הייליגע ריקודין מיט די ספר תורה בעוז ותעצומות, פארגעזאגט די מזמורים און אריינגעפירט דעם ספר תורה צום ארון קודש. עס האט נאכגעפאלגט מיט די סעודה לגומרה של תורה אינעם זאל פון בנין בית מדרש הגדול, בהשתתפות הרבנים הגאונים הצדיקים קינדער פונעם רבי'ן שליט"א, ווי מען אט במשך די סעודה מעלה געווען זכרה פון די שאצער רעבעצין און אירע הייליגע אבות זכותם יגן עלינו.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page