דערהויבענע נסיעה דורך הגה"צ אבד"ק קאלוב ביתר שליט"א לקברי אבותיו אין אייראפע
- sfbechatzros
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א שיינעם קבוצה חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעהאלטן א געהויבענעם נסיעה בראשות הגה"צ אבד"ק קאלוב ביתר שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפואה שלימה צום עיר האבות קאלוב אין אונגארן מקום מנוחת קדשו פונעם ראש שולשיתא דדהבה הרה"ק רבי אייזיקל קאלובער זי"ע.
דער רב שליט"א האט אונטערגענומען די נסיעה אינאיינעם מיט בני קהילתו זיך גרייטנדיג צו די חתונה פונעם יונגסטן קינד וואס קומט פאר דעם ווינטער, איינצולאדענען און מתפלל זיין על קברי אבותיו הק' לכבוד די שמחה.
ביים מעמד תפילת רבים ביים ציון הק' אין קאלוב האט געהערשט א געוואלדיגן התעוררות, וואו מען האט אויסגעזאגט גאנץ ספר תהילים ברוב עם, און דער רב שליט"א האט געליינט קוויטלעך אויפן ציון. עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים אינעם בנין הכנסת אורחים נישט ווייט פונעם ציון הק' אין קאלוב.
דאן איז מען אריבער צום היסטארישן הויף אין קאלוב, וואו דער צדיק נשגב הרה"ק רבי אייזיקל קאלובער זי"ע האט געפראוועט זיין הייליגן עבודה, דער רב שליט"א מיטן גאנצן ציבור האבן דארט געזינגען די ניגוני קודש פונעם הייליגן קאליבער צווישן די פארבליבענע חומות און איבערבלייבענישן פונעם ביהמ"ד.
דערנאך איז מען ארויף צום נייעם בית החיים וואו עס ליגן באערדיגט הרה"ק בעל עת רצון מקאלוב זי"ע, הרה"ק רבי ישעי' באנעט זי"ע, הרה"ק המפורסם רבי יעקב פיש זצ"ל און הגה"ק רבי מנחם בראדי זי"ע. ביי יעדן פון די ציונים אפגעהאלטן א מי שברך פאר מר אביו הגדול דער קאלובער רבי שליט"א מרן משה בן רייזל לרפואה שלימה.
אין לויף פון די וואך האט מען אויך פוקד געווען די ציונים הק' אין אוהעל, ליסקא, טשענגער, טאהש, מאד, און ראצפערט.
אויף שבת האט מען געוויילט אין שטאט קערעסטיר, וואו דער רב שליט''א האט אפגערכאטן דעם גאנצן סידורו של שבת אינעם גאסט הויז הארט נעבן דעם ציון הק' פונעם צדיק וקדוש רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, וואו דער הנהלת הגאסט הויז אין שפיץ פון הרה"ח ר' משה יוסף פרידלענדער הי"ו האבן צוגעשטעלט אלע צרכי שבת בהרחבה.
במשכ'ן שבת האט דער רב שליט''א עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה און דברי התעוררות בגודל קדושת המקום, אנגעהויבן ביים באטע פרייטאג צונאכטס, דערנאך ביים סעודה שבת צופרי און ביי שלש סעודות וואס איז מיטגעהאלטן געווארן דורך פילע אידן וואס האבן געוויילט שבת אין קערעסטיר.
מוצאי שבת איז פארגעקומען די מעמד עלי' לציון הק', נאכגעפאלגט מיטן סעודת מלוה מלכה כחצות הלילה אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר וואו מען האט פארברענגט עד עלות השחר מיט סיפורי צדיקים כנהוג מוצאי שבת און דער רב שליט''א האט פארטיילט קאצקע צוקער וואו עס איז געווען דער מנהג פונעם הייליגן צדיק רבי ישעי'לע.



















