בני ברק: געוועזענער משכון באזוכט אין שטוב פון הגאון רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע
- sfbechatzros
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
נעכטן זונטאג האט דער געוועזענער משכון בר אברהם קופערשטיין באזוכט אין בני ברק במעונו פונעם סלאבאדקער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט”א, וועלכער האט איהם אויפגענומען מיט גרויס שמחה.
אברהם האט דערציילט וועגן זיין איבערלעבענישן אין די פינסטערע טונעלן אין עזה, בפרט ווי ער האט זיך אנגעשטרענגט צו היטן שבת, דערציילנדיג ווי ער האט געמאכט קידוש אויף וואסער אין די טונעלן, און ווי ער פלעגט צו זינגען זמירות שב”ק.
ער האט דערציילט ווי א טעראריסט האט געווארנט די גרופע פון זעקס אז מען גייט אויס’הרג’ענען דריי פון זיי און זיי זאלן אליין אויסקלויבן ווער ס’ווערט גע’הרג’עט ר”ל, האט ער זיך גענומען זאגן 'שמע ישראל’ און זיך איבערגעגעבן אין די הענט פון רבוש”ע. צום סוף האבן ב”ה אלע איבערגעלעבט!
דער ראש הישיבה האט אויסגעהערט מיט גרויס אינטערעסע און געצייגט מיטלייד מיט די שרעקליכע פייניגונגען וואס ער איז דארט אריבער, און דערנאך גאר ווארעם אנגעוואונטשן דער געוועזענער משכון אז ער זאל מער נישט וויסן פון קיין צער, ואך טוב וחסד ירדופוהו כל ימי חיי.









